מאנטאג תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - תלמידי וחסידי סאטמאר אין אנטווערפען האבן נעכטן נעכטן בהדרת כבוד מקבל פנים געוועהן דעם חובן גאסט הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן אויף א קורצע באזוך בשליחותו פון אביו הגדול כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א צו באשייינען דעם מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין התלמוד תורה אין אנטווערפען דער רב איז אנגעקומען נעכטו זונטאג אינדערפרי וואו ער איז אפגעווארט געווארן ביים טיר פון פליגער דורך מוה״ר יהושע פריעדמאן הי״ו די אדמינסטראטער פון די תלמוד תורה.
אראפקומענדיג פון פליגער האבן אפגעווארט די ראשי הקהילה והמוסדות וואו דער רב איז אריינגעפירט געווארן אין א פריוואטע שטוב וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינע שמועס ביז מען האט מסדר געווען די פאספארט און פאפירן.
פון עירפארט איז דער רב אריינגעפארן אין שטאט אין די קאר פון הרבני הנגיד ר׳ יעקב יוסף לעפקאוויטש הי״ו ראה״ק סאטמאר אנטווערפען.
אנקומענדיג אין שטאט איז דער רב צוגעפארן צום אכסניה אין שטוב פון זיין שוואגער הרה״ג ר׳ מענדל לעמבערגער שליט״א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען.
נאך א קורצע אפרוה איז דער רב אנגעקומען צום סאטמאר ביהמד וואו דער רב האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית. נאך שחרית איז דער ציבור אדורך נעמען שלום.
דערנאך איז דער רב צוגעפארן צום שטוב פון הנגיד ר׳ רבינו איזראעל הי״ו חבר הנהלת הקהילה וואו עס איז פארגעקומען א סעדות פת שחרית און הרבני הנגיד ר׳ רבינו הי״ו האט געגעבן א שיינע סכום פאר די נייע בנין התלמוד תורה.
דערנאך איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה״צ גאב״ד אנטווערפן שליט״א און ביי הגה״צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען.
בשעה 2:00 נאכמיטאג איז פארגעקומען דער מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע בנין הת"ת וואס איז פארגעקומען בראשות דעם רב שליט״א און די צענדליגע רבני העיר.
נאך דער מעמד האט דער רב שליט״א געדאווענט מנחה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ חיים עסטרייכער הי״ו.
ביינאכט איז פארגעקומען די יארצייט סעודה לרגל די הילולא פון מרן הרה״ק בעל קדושת יום טוב זי״ע אין סאטמאר ביהמד וואו דער רב שליט״א האט משמיע געווען דברי חיזוק והתעוררות.
נאכן יארצייט סעודה איז דער רב שליט״א אריבער אויף א באזוך ביי כ״ק אדמו״ר מפשעווארסק שליט״א וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס.
Comments