זונטאג פ' משפטים - כ"א שבט תשפ"ג | בחצרות הקודש

אין שטאט לעיקוואד קומט היינט פאר א גרויסארטיגע עצרת און אסיפת תלמידים פאר אלע בחורים און אברכים פון ישיבת בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, זיך צו מחזק זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע, לזכותו ולרפואתו פונעם זקן המשגיחים הגאון הגדול רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א וועלכער איז זקוק לרחמי שמים און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
ווי באקאנט איז הגאון הגדול רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א משגיח ישיבת בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד געווען דער נחשון וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר קדושת וטהרת ישראל מעורר צו זיין איבער די סכנה פון טעכנעלאגיע, ער האט אליינס געזאגט אז ער ווייסט אז ער לייגט זיך אריין אין א סכנה דערמיט, אבער עת לעשות למען קדושת ישראל, און טאקע פון יענעם טאג ווען דער משגיח האט אנגעהויבן עוסק זיין צאמצוברענגען דעם היסטארישן כינוס כלל ישראל מיט עלף יאר צוריק, האט זיין מצב הבריאות אנגעהויבן גיין ליידער בארג אראפ והוא מחולל מפשעינו.
אצינד שטייענדיג שוין עטליכע וואכן וואס דער משגיח ליגט ליידער על ערש דוי, און איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל און קבלות טובות, איז באשלאסן געווארן דורך די ראשי הישיבה אין בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד אפצורעכטן א גרויסארטיגע מעמד כינוס תלמידים זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע, און דאס זאל זיין לזכותו ולרפואתו השלימה פונעם משגיח, הגאון הגדול רבי מתתיהו חיים בן עטיל לרפואה שלימה.
די גרויסארטיגע מעמד וועט פארקומען היינט נאכט אין ישיבת בית מדרש גבוה, טויזענטער זיץ פלעצער ווערן צוגעגרייט אין אלע בניני הישיבה אין לעיקוואד, און מ'וועט צוזאמען מיטהאלטן דורך א לייוו הוקאפ, כדי אלע תלמידים זאלן קענען אנטייל נעמען. די מעמד וועט זיך אנהייבן א פערטל נאך זעקס מיט דברי פתיחה און פרקי תהלים דורכ'ן ראש ישיבה הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, מיטן משא המעמד וועט אויפטרעטן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוד שוסטאל שליט"א, און אזוי אויך וועט מען הערן א פייערדיגע דרשה דורך הגאון הגדול רבי דוד ברעסלויער שליט"א משגיח ישיבה גדולה זכרון משה סאוט פאולסבורג.
גדולה העבודה למען קדושת ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
Opmerkingen