top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים וועט באשיינען די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין הת''ת דחסידי סאטמאר

מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג


קול בחצרות - תלמידי וחסידי סאטמאר אין דער שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין פרייד זיך גרייטנדיג צו אנטפאנגען דעם חשובן גאסט הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואס וועט דעם קומענדיגן וואך פ' תרומה אנקומען אויף א ביקור כבוד אין אנטווערפען בשליחותו פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו באשיינען דעם גרויסן מעמד 'הנחת אבן הפינה' פארן שפאגל נייעם בנין הת"ת הארט לעבן די ביז יעצטיגע בנין הת"ת וואס איז שוין אויסגעוואקסן פון צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 450 תלמידים כ"י.

דער נייער בנין וועט זיין א תל תלפיות פאר די תינוקות של בית רבן פון די קלענערע קלאסן אשר משם תצא תורה ותפילה פון די הונדערטע קינדער וואס וועלן זוכה זיין צו לערנען צווישן אירע ווענט.


דער מעמד וועט פארקומען דעם קומענדיגן זינטיג תרומה און די שפעטע נאכמיטאג שעות אויפן אויסגעפלאסטערטן שטח פונעם נייעם בנין, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א גרויסן שאטער מיט הונדערטער זיצן אין פארענטשעס פאר די קינדערלעך פון די תלמוד תורה די בעלי השמחה.


דער מעמד וועט באקרוינט ווערן מיט די השתתפות פון די רבני ודייני העיר אין שפיץ פון דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א, ועל צבאם דער געהויבענער גאסט הגאון הצדיק אבדק"ק סאטמאר ירושלים שליט"א

צומארגנס מאנטיג וועט פארקומען א רייכע באנקעט אויפצוטרייבן סכומים הגונים און די נויטיגע פאנדן לצורך דעם בנין בית גדול שמגדלין בו תורה ותפילה בראשות פונעם אורח הכבוד דער סאטמאר ירושלים'ער רב שליט"א








bottom of page