top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חתונה אין די הויפן פון באבוב 45 - רחמיסטירווקא קומענדיגן דינסטיג יתרו

זינטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג




קול בחצרות - מחיל אל חיל גרייטן זיך חסידי באבוב-45 מיטצוהאלטן די דריטע חתונה דעם ווינטער בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א ווען דער קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת יתרו וועט געפראוועט ווערן די שמחת החתונה אין די הויפן פון באבוב-45 - ראחמיסטריווקא.


חסידים ואנשי מעשה פון ביידע חצירות גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן רעבישע חתונה וועם עס וועט גיין אונטער די חופה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' יעקב יצחק שטערנבוך ראש כולל עיון באבוב-45 וראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קאייעמישא זוהן פון הרה''ג ר' אשר חיים שטערנבוך דומ''ץ מחזיקי הדת אנטווערפען ורב דקהל אהל יעקב און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטראוו - קאלאשין שליט"א פון סידערהורסט עב''ג הכלה בת הרה"ג ר' איתמר מרדכי דוד רובין ר"מ בישיבת וויזניץ ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א וחתן הגה"צ רבי ישכר דוב טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא לעיקוואד בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפו"ש וחתן כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א.

די שמחה וועט זיך שוין אנהייבן דעם שבת קודש פרשת בשלח - שבת שירה ווען עס וועט געפראוועט ווערן די שבת אויפרוף אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק. נאכגעפאלגט מיט די שמחת החתונה דינסטיג דערויף.

דער מעמד החופה וועט פארקומען ברחובה של עיר פארנט פון ביתו נאווה קודש פונעם עלטער זיידן כ''ק האד' מרחמיסטירווקא שליט''א לרפו''ש, די שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 און פאר די נשים אין די דערנעבענדיגע עמינענס זאלן, די מעמד החופה וועט פארקומען לפני ביתו נאוה קודש פון דער גרויסע זיידע, דער זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטיווקא שליט"א וואס וועט בס"ד זיך משתתף זיין ביי די מעמד החופה לשמחת לבם פון די טויזענטער משתתפים ביים שמחה.

באזונדער ווערט ערווארטעט די השתתפות פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס וועט ספיציעל אנקומען קיין ניו יארק צו די חתונה זייענדיג א שוואגער מיטן מחותן הרה"צ ר' יעקב יצחק שטערנבוך חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.


שישו ושמחו בשמחת בית צדיקים

Kommentare


bottom of page