דינסטאג פ' כי תבוא - י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
ווי יאהר יערליך אין די ימי הרחמים והרצון איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א ארומגעפארן צווישן די שטעט אויפצונעמען קהל חסידיו לקראת די ימים הנוראים הממשמשין ובאין, דורכאויס די וואך האט די רבי שליט"א אויפגענומען דעם ציבור אין בית שמש, ביתר, בראכפעלד, אין נאך שטעט. נאך די זמני כניסה האט די רבי שליט"א יעדער נאכט אפגעראכטן א שולחן לחיים, אין משמיע געווען אמרי קודש פאר די חסידים תושבי המקום.
היינט וועט די רבי שליט"א אויפנעמען דעם ציבור אין ירושלים עיה"ק, אין דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועט זיין זמני כניסה פאר די חסידים אין שטאט תל אביב.
留言