מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - א געהויבענע שבת איז אריבער אויף פילע וויזניצע חסידים און תושבי מאנטריאל בפרט, בצילם פון די ברידער כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן און מאנטריאל, די שבת של שמחה שבת שבע ברכות פון א אייניקל ביים וויזניצער רבי פון לאנדאן, מיט די כלה א טאכטער פונעם וויזניצער רבי פון מאנטריאל
כולם נקבצו ובאו, די פילע געסט פון ניו יארק און אנדערע פלעצער האבן זיך שטארק אנגעזעהן דורכאויס שבת, די ביהמ"ד איז צוגערישט געווארן מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידי וויזניץ און תושבי העיר, הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען אויפגעשטעלט געווארן פאר די תפילות און טישן במשך שבת קודש, און א רייע שטענדער'ס זענען צוגערישט געווארן ביים מזרח וואנט פאר די צוויי רבי'ס און די חשובע זיידעס און מחותנים
אויף שבת איז דער וויזניצער רבי פון לאנדאן אריבערגעקומען צו א עקסטערע אכסניא בבית הנגיד החסיד ר' חיים יוסף ליסויער הארט אקעגן איבער די וויזניצע בית המדרש, צו מנחה ערב שבת איז צוגעגאנגען דער פעטער הגה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע. קבלת שבת האט פארגעדאווענט דער רבי פון מאנטריאל, און לכה דודי האט געזינגען הרב החסיד ר' מאיר טויב פון מאנסי, משמש בקודש ביים רבי'ן דער תורת מרדכי זצ"ל
נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן א גוט שבת פאר די אדמורי"ם, אלע געסט און קרובי המשפחה האבן געגעסן די סעודה אינאיינעם בשבת אחים גם יחד אין די בנין התלמוד תורה מאור החיים וויזניץ, ארום ניין דרייסיג זענען די רבי'ס ערשינען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, דער וויזניצער רבי פון לאנדאן האט פארגעזאגט שלום עליכם און די זמירות פאר קידוש, דערנאך האבן ביידע רבי'ס קידוש געמאכט, ווען יעדער איינער הייבט אויף דעם בעכער פארן אנדערן ברודער
דער וויזניצער רבי פון מאנטריאל האט פארגעזינגען כל מקדש, דורכאויס די טיש האבן ביידע רבי'ס פארגעזינגען א ניגון, און מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' אייזיק שנעעבאלג שליט"א אב"ד מאחנובקא בעלזא וומס"ב פעטער פון חתן כלה, ברכות ראשונות דער געהויבענער מחותן הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן, און ברכה אחריתא הרב הצדיק ר' ישראל האגער בן הרה"ק בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל
ביים צווייטן טיש האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות שבת און ניגוני שמחה, דער זיידע הגה"צ ר' ישכר דוב טויב אייניקל בן אחר בן פון אדמור"י בית קאלוב האט פארגעזינגען די ניגון סול או קאקאש מאר, שטייענדיג אין שבת בעפאר די הילולא קדישא פונעם ראש השלשלת הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלובער זי"ע. דער רבי פון לאנדאן האט פארגעזינגען קה רבון, דער רבי פון מאנטריאל האט פארגעזינגען אודה, און דערנאך איז פארגעקומען די ריקודין של שמחה בעוז וחדוה
ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן פילע גדולי ורבני העיר, הגה"צ ר' יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא, הגה"צ ר' יחזקאל פריעזעל דומ"ץ סקווירא לאנדאן, הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש אב"ד מאור הגולה, ספעציעל האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער איז א שוואגער מיטן מחותן דער וויזניצער רבי פון מאנטריאל
שבת אינדערפרי ביים דאווענען האט דער וויזניצער רבי פון לאנדאן פארגעדאווענט שחרית שוכן עד, חזרת הש"ץ איז מכובד געווארן הרב דוד טווערסקי א מחותן מיטן וויזניצער רבי פון מאנטריאל, און איידעם ביים וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג, ביים ליינען זענען די מחותנים און זיידעס מכובד געווארן מיט עליות, דער וויזניצער רבי פון מאנטריאל האט עולה געווען שלישי, און דער וויזניצער רבי פון לאנדאן האט עולה געווען שישי
מוסף האט פארגעדאווענט דער זיידע הגה"צ ר' ישכר דוב טויב אב"ד זכרון נפתלי ארי', און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא
בערך א שעה נאך קידוש זענען די רבי'ס אריינגעקומען צום סעודת השבע ברכות סעודת עתיקא קדישא אין די בנין התלמוד תורה, די רבי'ס האבן זיך איינגעטיילט מיט די זמירות, און מכבד געווען די קרובי המשפחה מיט די זמירות. אויך האט זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער רב דקהל מתיבתא ראשית חכמה אין מאנטריאל
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' יעקב דוד ראבינאוויטש איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים, ברכות ראשונות דער פעטער הגה"צ ר' משה יחיאל איליאוויטש, און ברכה אחריתא הגה"צ ר' לייבוש האגער ראש כולל וויזניץ לאנדאן, בנו הגדול פונעם וויזניצער רבי פון מאנטריאל, און איידעם ביים וויזניצער רבי פון לאנדאן
שלש סעודות איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט אין ביהמ"ד הגדול, נאכן זמן האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים לכבוד די שמחה, דער וויזניצער רבי פון לאנדאן האט געבענטשט על הכוס, ברכות ראשונות האט געזאגט דער רבי פון מאנטריאל, און ברכה אחריתא דער רבי פון לאנדאן
נאך מעריב האבן ביידע רבי'ס געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד, און דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד הבאגלייטן ווען הונדערטער אידן האבן באגלייט די ברידער האדמורי"ם לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן פון מאנטריאל
Comments