top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שִׁבְּחוּ וְהוֹדוּ לִשְׁמוֹ • תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן שיינעם יו''ט בצל האדמו''ר מסאדיגורא

מיטוואך אחרי - אסרו חג פסח • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: David Bernal photography


תושבי אנטווערפען אין חסידי סאדיגורא האבן אויך דאס יאהר געהאט די זכיה מיטצולעבן א שיינעם יום טוב בצל הקודש פון כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א וועלכע האט ווי אין די פארגאנגענע יאהרן געפראוועט דעם יו''ט פסח בתוככי קהילה קדושה אנטווערפען.


ערב יום טוב האט די רבי שליט''א פארטיילט מצות פאר קהל חסידיו תושבי העיר, דורכאויס יום טוב האט די רבי געדאווענט די תפילות אין די טשארטקובער קלויז אינעם ספעציעלן דאווען שטוב אין ביהמ''ד כמנהג אדמור''י בית רוז'ין.


ליל שביעי של פסח איז דער רבי אנגעקומען אויף מנחה מעריב אין ביהמ''ד אהל יעקב בנשיאותו פונעם שווער הגה''צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ''ץ מחזיקי הדת, וועלכע האט מכבד געוועהן דעם רבין צו ציילן ספירה נאך מעריב. שפעטער באנאכט האט מען זיך צוזאמגענימען אינעם רבינס אכסניא וואו מען האט געזינגען שירות ותשבחות און געזאגט די שירה כנהוג.


נעכטן מוצאי יום טוב האבן זיך הונדערטער אידן באטייליגט ביים נעילת החג טיש וואו די רבי האט געזאגט תורה אין פארגעזינגען 'חסל סידור פסח' כנהוג, נאך מעריב אין ספירת העומר האט די רבי פארטיילט מצה פאר די חסידים אין תושבי המקום.




Comments


bottom of page