top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע שבע ברכות פאררופן דורך האדמו''ר מסאטמאר פאר יתומים פון די קהילה




דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א גאר רירנדע פּריוואטע שבע ברכות פאררופן דורך כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א פאר ״אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ אין גאנץ ניו יארק״, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל''ע

די רבי שליט״א האט געלאדענט די יתומים׳לעך זיי אריינצונעמען אין זיין פערזענליכע שמחה, און משפיע צו זיין אויף זיי טללי אורה וחיזוק- בעת משוש אויף א פריוואטן פארנעם. עס איז געווען א הארץ-רייסנד בילד צו זען די טייערע יתומים זיצן סביב לשולחנו פון רבין, און די רבי קוקט זיך אום אויף זיי מיט אזא אהבה וחביבות, ולעומתו טוען די קינדער שעפן אזא חיזוק והתחזקות פון דעם וואס די רבי האט זיי אויסגעקליבן מיט זיי צו פארברענגען אזעלכע הערליכע שעה׳ן של תענוג. דער מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע כתר צבי זאלן אין ווילאמסבורג אויסשליסליך פאר די אריבער 100 יתומים וועלכע זענען געברענגט געווארן מיט ספעציעלע טראנספאטאציע פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, אן קיין שום אנדערע משתתפים, בלויז די רבי מיט די מחותנים און געציילטע מדריכים פון ״אור חדש״.

ביים אנקומען זענען זיי אנטפאנגען געווארן מיטן גרעסטן מאס כבוד, עס געווארן סערווירט א רייכע סעודה אין ס'האט מהנה געווען די בארימטע זמירות כאר אין שפיץ פונעם חסידישע בעל מנגן ר' יואל פריינד.


די רבי שליט"א איז ערשינן אין זאל אום 8:30 און זיך געוואשן לכבוד השמחה, די יושב ראש פונעם נאכט הר"ר אליעזר ראטה שליט"א האט מיט פאסיגע ווערטער איינגעלייטערט די מעמד און דערביי אויסגערופן די משמח אלקים ואנשים הר"ר יונתן שווארטץ אויפצוטרעטן לכבוד המעמד.


ר' יונתן וועלכע איז אליין פאר'יתומ'ט געווארן אין זיין יוגנד האט גאר שטארק מחזק געווען די יתומים מיט זיין הערליכע אויפטריט מלא חיזוק ובטחון און דערנאך האט ער הארציג פארגעזינגן רייכע גראמען ואס האט שטארק באנומען אלע באטייליגטע.


דענאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די הארציגע דברות קודש פונעם רבין שליט"א, די רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם צו די טייערע קינדער און בחורים וואס זענען מונח על לוח לבו הטהור, און ארויסברענגענדיג שטארקע דברי חיזוק ונחמה וויאזוי מען דארף אנגיין און אומגיין אין אזעלכע מצבים און צוגעגעבן אז זיי טיר אין שטענדיג אפין פאר יעדעם איינעם אין יעדע צייט פון טאג.

צום ענדע האט מען געהערט דברי בדחנות דורך בדחן הר"ר נחמן ליווי וועלכע האט ארויפגעברענגט א ברייטע שמייכל אויף אלע יתומים.


נאך ברכות המזון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ ווי די סאטמארע רבי האט געטאנצן מיט יעדע קינד באזונדער ווי א טאטע מיט א קינד.


נאך די ריקודים האט יעדער ערהאלטן א הערליכע מתנה און די קינדער האבן פארלאזט די גאר רייכע נאכט אנגעפילט מיט התחזקות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן מיט א שמחה!

Comments


bottom of page