top of page
נייע מעון הקודש פון האד' ממאחנובקא בעלזא בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא באנייט דעם ירח האיתנים
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: ח.ל. מיט גרויס שמחה און התרגשות, איז דעם קומענדיגן ירח האיתנים הבעל"ט, באנייט געווארן די נייע מעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש מאחנובקא בעלזא אין בני ברק. זינט די הסתלקות פונעם פעטער הרה"ק ממאחנובקא זצוק"ל מיט קרוב צו פערציג יאר צוריק, האט דער רבי שליט"א געוואוינט אינעם בנין פונעם אלטן ביהמ"ד אויף רחוב רש"י, וואו דער דער מאחנובקא רבי זי"ע האט געוואוינט בחיים חיותו. אויך אין ד


נגידי סאסוב האלטן מיט עלעקטרעזירנדע ימי התעלות ביי מסע הקודש מיט האד' מסאסוב קיין אייראפע
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש צענדליגע נדיבי עם קודש תומכי מוסדות סאסוב האבן זיך דעם מאנטאג אהיימגעקערט אנגעפילט מיט השפעות טובות, ישועות ורפואות, נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, צו די מקומות הקודש אין אייראפע. די נסיעה האט דערגרייכט איר קלימאקס אינעם הייליגן שטעטל מעזיבוזש אין אוקראיינע, וואו דער רבי שליט"א האט צום ערשטן מאל בחייו באטרעטן דעם הייליגן באדן מקום זריחת אורו פונעם מייסד החסידות מרן אור שבעת הימים הבעש"ט הקד


מעמד הנשגב "מקדש השבת" געפייערט דורך אלפי מסיימי "זכרו הלכה" דחסידי סאטמאר
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בלום סאטמאר איז נאך טיף אונטערן רישומא קדישא פון די אומפארגעסליכע שעהן של התרוממות קרן התורה, א פרעכטיגער מחזה פון טויזנטער חתני התורה, אלפי חסידי סאטמאר בעלי בתים חשובים און אברכים יקרים, גליקליכע מסיימים פון או"ח חלק א' אינערהאלב דעם צווייטן מחזור פון "זכרו הלכה", וואס האבן דאנערשטאג פרשת בראשית העעל"ט מיטגעלעבט דעם פייערליכן מעמד הנשגב "מקדש השבת", א לילה שכולו תורה, א געהויבענער יומא טבא לרבנן וואס האט אר


ברייטע דעקונג פון יום טוב סוכות בצל כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN


א-ל נא רפא נא: זקן האדמור"ים האד' מסטריזוב אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: JDN לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם זקן האדמור"ים כ"ק האדמו"ר מסטריזוב שליט''א וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א וועלכער איז שוין קרוב צו די מאה בליעה"ר האט די לעצטע טעג זיך געמוטשעט מיט יסורים און בנוסף האט דער רבי געליטן פון קאמפליקאציעס מיטן אטעם, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי שליט"א ליידט פון א


איבערראשנדע מעלדונג פאר חסידי באבוב איבער די עפענונג פון נייע כולל ומתיבתא 'פרי עץ חיים' פאר בוגרי ישיבות באבוב
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי באבוב נעמען אויף מיט פרייד די איבערראשנדע מעלדונג, אז צום יעצטיגן ווינטער זמן וועט זיך עפענען אין ירושלים א נייע כולל און מתיבתא גבוה געאייגנט פאר די מער עלטערע בחורים, די בוגרי ישיבה גדולה וואס וועלן זיך דארט משלים זיין בתורה ובהוראה נאכן פארענדיגן די שנות הלימודים אין ישיבה גדולה. דער נייע כולל ומתיבתא מיטן נאמען "פרי עץ חיים" וועט דינען אלס פאסיגע אכסניא של תורה פאר אלע בחורי הישיבה וואס שליסן די ישיבה גדולה יארן, סיי די ת


האד' מסאדיגורא וועט ארויספארן קיין אמעריקע און קאנאדע און פראווענען א שבת התאחדות מיט די חסידים אין די קאנטרי
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און עקסטאז האבן חסידי סאדיגורא מעבר לים אויפגענומען די פרייליכע בשורה וואס איז היינט געמאלדן געווארן, איבער א לענגערע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט אונטערנעמען קומענדיגן חודש כסלו קיין אמעריקע און קאנאדע, משפיע צו זיין פונדערנאנט אויף די חסידים המקושרים לאילנא דחיי. יאר יערליך נעמט דער רבי שליט"א אונטער א נסיעה קיין אמעריקא, לראות בשלום הצאן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים זיך מסתופף צו זיין


פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה לכבודו ולזכותו פון המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א הערליכע חגיגה איז פארגעקומען פארגאנגענעם חול המועד סוכות, ביים שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לכבודו ולזכותו פון המשפע המפורסם הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, לבית מדרשו החדש אויף רחוב שמעון חכם אין עיר הקודש ירושלים, וואס איז אין די לעצטערע חדשים באנייט געווארן אלס ווירבלנדע מקום תורה ותפילה פאר די פילע תלמידים און מעריצים צו קענען זיך אנשעפן מבארו הטהור. דער ספר תורה איז געשרי


שיינעם שמחת התנאים אין הויפן פון סאטמאר - ברעזשאן - אולם פארגעקומען אין בארא פארק
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי אין דער שטאט בארא פארק איז דעם מוצאי שבת פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די חתן א זון פון זיין יונגסטן זון הרה"צ רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד ויואל משה דסאטמאר שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג, איידעם פון הגה"צ רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א אבד"ק סאטמאר לאנדאן, מיט די כלה יונגסטע קינד פון הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א, בן הגה


טויזנטער ברסלב'ער קינדער מוחה געווען ביי טורמע נומער 10 קעגן ארעסטן אונטערוועגנס קיין אומאן
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN טויזענטער ילדי חמד תלמידים פון אלע ברסלבע תלמודי תורה אין ארץ ישראל, האבן זיך נעכטן פארזאמלט צו א גרויסע עצרת תפילה פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10 אין ארץ ישראל, אלס רעאקציע צו די ארעסטן פון צענדליגער ברסלבער אינגעלייט און בחורים וועלכע זענען ארעסטירט געווארן ביים ארויספארן אדער צוריק קומען פון אומאן דעם יום טוב ראש השנה. די מעמד אונטערן נאמען "צעקת הלב", איז פארגעקומען אין שפיץ פון גדולי רבנ


עיני העדה: האד' מטאהש וועט אריבערגיין קומענדיגן מיטוואך אפעראציע אויף די אויגן
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש טאהשער חסידים בכל מקומות מושבותיהם און ספעציעל די תלמידי המוסדות וועלן דעם מיטוואך מתפלל זיין פארן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן, אין אין א שפיטאל אין פלארידע. דער רבי שליט"א האט די לעצטערע תקופה געליטן פון א שוואכקייט אין די אויגן, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט די נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספעצי


שמחה גוררות שמחה: פרייליכער שמחת תנאים בחצר הקודש בעלזא פארגעקומען מוצאי שבת בראשית
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק בקול צהלה ורינה האבן זיך טויזנטער בעלזער חסידים מיטגעפריידט במוצאי יום גילה בשמחתו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לרגל דעם קישור החיתון און מסיבת תנאים פון נכדו החתן וואס איז געשלאסן געווארן פאריגן מיטוואך העעל"ט בשעה טובה ומוצלחת, וחסידים ברינה יגולו בסימן טוב ובמזל טוב. עס איז אריין לברית האירוסין החתן אלעזר יחזקאל שרגא נ"י זון פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שלי


גראנדיעזע צוזאמקום אין לאנדאן לרגל פתיחת הזמן בראשות זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון האדיר ר' אברהם גורביץ שליט"א
זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: Hive productions א זעלטענע מאנעפיסטאציע פון כבוד התורה האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם דאנערשטאג אין עיר הבירה לאנדאן ביים גרויסן מעמד פתיחת הזמן פאר אלפי בני הכוללים ובחורי חמד לומדי תורה, אין שפיץ פונעם אורח הדגול הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, וואס איז פארגעקומען אין זאל פון יסודי התורה אין לאנדאן. דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין צוזאמענהאנג מיטן הסייתדות פונעם כולל הנחמדים אין שטאט לאנדאן


חסידי דעעש אין ארה"ק מיטגעלעבט געהויבענעם מעמד "סיום הלכות שבת" אין אתרא קדישא מירון
זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי דעעש אין ארה"ק האבן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם מעמד סיום הלכות שבת וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון חבורת "לגיונו של מלך" וואס איז נתייסד געווארן בראשות כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן, יום שלש עשרה מדות-מוקדם. גלייך נאך קריאת הקרבנות אין די מיטאג-שטונדן, האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין אתרא קדישא מירון, וואו מ'האט אין די מערה געדאווענט תפלת המנחה און דערנאך א לענגערע צייט געזאגט תה


תושבי ארצינו הקדושה רישן זיך מיט פרייד מקבל פנים צו זיין האד' מסטיטשין; גרויסארטיגער שבת אין ירושלים עיה"ק
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי סטיטשין אין ארץ ישראל גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין דער מנהיג העדה ומורה דרכם, הוד כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וועלכער גרייט זיך ארויסצופארן אויף א געהויבענע באזוך קיין ארץ ישראל, משפיע צו זיין מהודו פאר עדת חסידי ומעריצי סטיטשין בארצינו הקדושה. דער רבי שליט"א קומט צופארן לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק מסטישטין זי"ע בעל מנחת יהודא וואס געפאלט אויס קומענדיגן ט' חשון, און צו דעם געלעגנהייט האט דער רבי


הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה אינעם היכל ביהמ"ד ישועת ישראל סקולען אין בארא פארק
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן אומפארגעסליכע שיינע שמחה איז געפּראַוועט געווען דעם מאנטאג, א' דחוה"מ סוכות, זמן שמחתינו, ביי דער הערליכער שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם היכל ביהמ"ד ישועת ישראל סקולען אין בארא פארק, דורך עדת חסידי סקולען לזכרו ולעילוי נשמתו הטהורה פון רבם ומאורם, צדיק תמים ונשגב, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "ישועת יעקב" מסקולען זצוק"ל, שטייענדיג שוין איבער צוויי יאר נאך זיין הסתלקות לגנזי מרומים. די


עקסטאזפולע אבן הפנה פאר נייעם "קרית הישיבות" פון ישיבת הרמה פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט עקסטאזליכע פייערליכקייט איז במעמד אלפי התלמידים דעם מאנטאג אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" פאר'ן נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" פון ישיבתו הרמה פונעם פוסק הדור וזקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין שטאט בית שמש. די ישיבה פונעם פוסק הדור איז וועלט בארימט אלס פרעכטיגע תורה פעסטונג וואס פונקציאנירט לשם ולתפארת שוין א תקופה פון דרייצן יאר, ווען דער פוסק האט דאן געגרינדע


בסימן טוב ובמזל טוב: שידוך געשלאסן פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק מיט גרויס פרייד האבן טויזנטער בעלזער חסידים נעכטן אויפגענומען די פרייליכע בשורה מרנינה איבער דער שידוך שליסן פון נאך א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. בשיר ושבח איז אריין בקשרי השידוכין בשעטו"מ דער חתן הרב אלעזר יחזקאל שרגא שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבת ישמח לב בעלזא אין אשדוד, זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, איידעם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי שלום


היסטארישער פראיעקט בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר מיט אויפבוי פון פרעכטיגע "תקנות תנאים-זאלן"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי שוין באריכטערט האט דעם פארלאפענעם זמן שמחתינו אפגעקלינגען צווישן אלפי חסידי סאטמאר אומעטום, די פריידיגע נייעס איבער א ווייטגרייכנדער שריט אינעם ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, סיי להרחיב דעתו של צדיק ואלפי חסידי סאטמאר הבאים בצלא קדישא עלאה, און סיי אהערצושטעלן א זעלטענעם דורכברוך לטובת די חסידים בעלי שמחה זאלן קענען פראווענען שמחות צאצאיהם מתוך הרחבת הדעת. אין די טעג פון ערב סוכות, איז ערשינען בביתו נאווה


לעושה נפלאות גדולות: האד' ממונקאטש פארארבעט מעשים בעת די דרמאטישע פליי-דוביי פליגער אינצידענט
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די צייט וואס די גאנצע אידישע וועלט שטורמט נאך מיט די גרויסע חסדי ה' און ניסים גלויים וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דעם שרעקליכן פליי דוביי פליגער היידזשעקינג אינצידענט, איז דער געשפרעך פון טאג ביי חסידי מונקאטש די אומגעוונליכע עפיזאד און דבר פלא וואס זיי האבן בייגעוואוינט עין בעין, ווען כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט בו בזמן פון די דראמאטישע געשעניש אריינגעארבעט מעשים כבירים שלא כהרגלו צום גרויס וואונדער פון די חסידים. עס א


bottom of page

