top of page


כל הכתוב לחיים בירושלים: האד' מלעלוב געפראוועט יום טוב ראש השנה אין ירושלים כמסורת אבותיו
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כמידי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געווען צוגאסט אויף יום טוב ראש השנה אין ירושלים עיה"ק, ווי די לאנגיעריגער מסורה פון צדיקי בית לעלוב לדורותיהם. דער רבי שליט"א איז געקומען צופארן אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, וועלכע האבן זענען פלאצירט געווארן דורך דער וועד הכנסת אורחים בחצר הקודש לילוב. אויף יום טוב איז ארויסגעדינגען געווארן די ויאמר יצחק זאל אויף רחוב שמעון הצדיק פאר די


וּבְכֵן יִתְקַדַּשׁ שִׁמְךָ • ערב און מוצאי יום טוב ראש השנה בחצר הקודש וויזניץ
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער


שיינער שבע ברכות דורך קהל בית משה אהרן פשעווארסק לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג שליט"א
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פאריגן זונטאג נאכט שבוע שחל בו ראש השנה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל די שמחת החתונה פון הכלה בת הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, צוגעשטעלט דורך קהל בית משה אהרן פשעווארסק, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון ויואל משה אין וויליאמסבורג. לכבוד די שמחה איז ערשינען א הערליכע נייע זמירות 'ברכת יעקב', נוסח ומנהגי פשעווארסק, פרי עמלו פונעם מחותן הגה"צ אב"ד פשעווארסק וומסב"ג שליט"א. במשך די שמחה האבן זיך באטי


וְצַדְּקֵנוּ בַּמִּשְׁפָּט • ערב און מוצאי ראש השנה בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


ברוך דיין האמת: הרבנית הישישה פראדל שנעבאלג ע"ה, אלמנת הגה"צ בעל "שרגא המאיר" זצ"ל נפטר געווארן בשיבה טובה
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: פילע תושבי לאנדאן האבן נעכטן באגלייט למנוחות הרבנית הצדיקת הישישה מרת פראדל שנעבאלג ע"ה, אלמנת הגה"צ המפורסם רבי שרגא פייביש שנעבאלג זצ"ל, רב דחסידי וויזניץ אין לאנדאן ובעל "שרגא המאיר", וועלכע איז פלוצלינג נפטר געווארן בשיבה טובה אין הויכן עלטער פון 91 יאר. די רעבעצין ע"ה איז נאך געבוירן אינדערהיים אין שטאט מיקאלייעוו, וואו איר פאטער, הרה"צ רבי משה מונד זצ"ל, האט משמש געווען ברבנות. בחסדי שמים און א דאנק א ווא


פאראייניגטע מכתב אזהרה פון גדולי האדמורי"ם צו בחורי ישראל זיך נישט צו רעקרוטירן צו קיין שום אפטיילונג פון צה"ל
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות בארה"ק איז אין די טעג פארעפנטליכט געווארן א זעלטענער פאראייניגטער מכתב אזהרה אונטערגעשריבן דורך צענדליגער גדולי האדמורי"ם ומנהיגי עולם החסידות אין ארץ ישראל, וואו זיי טוען אויסרופן דעם פשרה'לאזן דעת תורה הצרופה מיט א הייסע ווענדונג צו די צענדליגער טויזנטער בחורים און יונגעלייט מ'זאל זיך ח"ו נישט אנשליסן אין קיין שום אפטיילונג פונעם טמא'נעם צה"ל, און מ'זאל זי
bottom of page
