top of page


געהויבענער באזוך פון האד' מוויזניץ מאנסי מיט הונדערטער תלמידי הישיבה ביי האד' מתולדות אברהם יצחק
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן האבן די הונדערטער תלמידי הישיבה הגדולה דחסידי וויזניץ מאנסי, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, באזוכט בהיכל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אן אייניקל ביי חתנו הגדול הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר שליט"א. ביי די שמחת הברית וואס איז פארגעקומען אין גרויסן בית המדרש


הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע באזוכן ביי האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, די הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די וועלטס גרעסטע השגחה די OU ארגאניזאציע, מקבל צו זיין ברכת קדשו צום התמנות פון הרב משה עלעפאנט שליט''א אלס רב הראשי פונעם ארגאניזאציע, איבערנעמענדיג דעם אמט פון הרב מנחם גענאק שליט"א וואס האט צענדליגער יארן געדינט דעם פאזיציע. דער רבי שליט''א האט ארום א האלבע שעה זיך נאכג


האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מתולדות אברהם יצחק לברך ולהתברך בברכת השנים
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים, עניני חודש אלול, וסיפורי צדיקים. ביים ענדע פונעם באזוך וואס האט זיך פארצויגן ארום א האלבע שעה, האבן זיך די ברידער האדמור"ים איינגעשפארט ביחידות פאר א משך זמן קרוב צו א שעה צייט, און דערנאך זיך ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יא


שיינעם שמחת הבר מצוה פון נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם דאנערשטאג כי תבוא איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' נפתלי הירצקא הורוויץ שליט"א דומ"ץ ספינקא איידעם ביי הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי, זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ספינקא בית המדרש אויף פענן סטריט אין וויליאמסבורג, מיט די השתתפות פון א שיינעם ציבור חסידים, ידידים וקרובי המ


התרגשות צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד החדש דחסידי ראחמיסטריווקא אין אוקענוויין דעם א' סליחות
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי ראחמיסטריווקא אין שכונת אוקענוויין, צום פתיחת שערים פונעם בנין החדש והמפואר פון די קהלה, וואס וועט אי"ה באנייט ווערן מיט די תפלות פונעם גרויסן טאג א' דסליחות הבעל"ט. דער רחמיסטריווקער ביהמ"ד בשכונת אוקענוויין אין לעיקוואוד, איז א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן וואס קומען כסדר זיך מסתופף צו זיין בצלו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא-אוקענוויין שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטרי


טויזנטער חסידים לעבן מיט שמחה בבית צדיקים ביי חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער סאטמארער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט דעם מאנטאג נאכט פ' נצבים וילך ביי דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רנה ותודה המון חוגג אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג. עס איז געגאנגען אונטער דער חופה בשעטומ"צ, החתן, זון פונעם רבינס איידעם הרה"ג רבי יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ רבי ירמי' פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שאפרא
bottom of page
