top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דער רבי מיט חברה הצלה‎

דער רבי שליט"א האט געבעטן צוברענגען א שולחן ערוך און אויפגעמישט צום סיעף ווי עס ווערט געברענגט אז כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיום עולם מלא און האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון 'חברה הצלה' בפרט אין די יעצטיגע תקופה ווען ימם ולילה לא ישבותו להצלת נפשות מישראל. דערביי האבן די ראשי העסקנים ארויסגעהויבן אז דער רבי שליט"א איז געווען דער ערשטע מנהיג בישראל וועלכע האט ברבים אויסגעלויבט חברה הצלה ביי א דרשה און האט נאכגעפאלגט מיט דברי חיזוק פון נאך צענדליגע אדמרוי"ם ורבנים וואס האבן דאס נאכגעטון. איינע פון די פירענדע קארדינעטעיטער'ס האט זיך אויסגעדרוקט בדרך צחות, אז די הצלחה פון די וויליאמסבורגע חברה הצלה איז אז אלע קארדינעיטער'ס זענען אויפגעוואקסן אין קרית יואל תחת דגלו פון רבי'ן שליט"א ווי זיי האבן זיך אנגעשעפט פון די באר החסד. דער רבי האט זיך אויך גאר ווארעם באדאנקט פאר זייער לייסטונגען לטובת די רעביצין אין די שווערע צייטן.



bottom of page