זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג
קול בחצרות - פון די מוסדות אנגעהויבן אין אלע סניפי הישיבה גדולה ד'סַאטמַאר, קרית יואל, בָארָא פַארק און אין בני ברק, דערנָאך עקסטער אין די היכלי הישיבה קטנה פון אלע מוסדות סַאטמַאר אומעטום אין אלע מקומות, און דָאס זעלבע צווישן די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון אלע מקומות.
אין די לעצטע טעג איז דער חתימה-דרייוו אין פולן שוואונג, און טויזנטער בחורים פון אלע מקומות הָאבן שוין אונטערגעשריבן, ווען מיט יעדן פַארבייגענדער טָאג פַארברייטערט זיך די רשימה מיט נָאך פילצָאליגע בחורי חמד. ווי געזָאגט איז דָאס איבערגעגעבן געווָארן לידי קדשו פון רבי'ן שליט"א ביי א סּפעציעלן מעמד בעת עריכת שולחן הטהור בליל הּפורים , ווען דערביי האט דער רבי שליט"א מאציל געווען מברכותיו און געשיקט פורים געלט פאר אלע בחורים ווָאס שרייבן אונטער די קבלות טובות.
Comments