top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינע מסיבה פארגעקומען בקרית יואל לטובת ישיבת תורת צבי ספינקא אין שפיץ פון האד' מתולדות צבי ספינקא

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 20 במרץ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג

ree

קול בחצרות - נעכטן אויפדערנאכט איז כ''ק האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל ווי די רבי האט באשיינט א רייכע מסיבה לטובת די ספינקא ישיבה אינאיינעם מיט חנוכת הבית און שטוב פון העסקן ר' חיים דוד מאנדעל הי"ו וועלכע האט פאררופן דעם מסיבה של מצוה אין זיין נייעם הויז בגלילות קרית יואל, דער רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג בשבח פונעם נייעם ישיבה וואס האט זיך פאריהאר געעפענט מיט גרויס הצלחה, אין נאכן מסיבה האט די רבי שליט''א אויפגענימען די נדיבים בעם אין א זייטיגער שטוב אין אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נגידים וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט שיינע סכומים.


פון דארט איז דער ספינקא רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, אין די ספינקא רבי האט דערציילט אז ווען הרה"ק מסקווירא זי"ע האט געבויעט דאס ביהמ"ד אין שיכון סקווירא האט זיין פאטער הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זצ''ל געשיקט געלט זיך משתתף צו זיין מיט די הוצאת פון בויען די ביהמ"ד, דערביי האט די ספינקא רבי ארויסגעצויגן פון טאש א ענוועלאפ מיט געלט און איבערגעגעבן פארן סקווערער רבי, זאגענדיג אז ער וויל זיך אויך משתתף זיין מיט די הוצאות אין האבן א חלק אין די גרויסע ביהמ"ד וואס די רבי שליט"א בויעט אין שיכון סקווירא.



ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page