top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלושים יום קודם החג • ראב''ד ירושלים ביים מצות באקן אין קרית צאנז נתניה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 במרץ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 1 באפר׳ 2024

מיטוואך פ' ויקהל פקודי - כ"ב אדר תשפ"ג

ree

קול בחצרות - כ''ק מרן ראב''ד ירושלים שליט''א איז נעכטן נאכמיטאג ארויסגעפארן צום שטאט נתניה ווי דער ראש בית דין וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע פאר טעג למנוחת הנפש, ביים אנקומען אין שטאט איז דער ראש בית דין צוגעפארן צו די היימישע מצות בעקעריי אין קרית צאנז, באקן מצות לקראת דעם קומענדיגן יו''ט פסח הבא עלינו פאר בני משפחתו אין פאר די נגידים ותומכי הישיבה, דער ראש בית דין האט געהערט א באריכט פון די הנהלת בית אופה פונעם שרעקליכן שירפה וואס האט לעצטענס אויסגעבראכן אינעם מצה בעקעריי אין אנגעזייעט גרויסע שאדנ'ס אין ארומגעגאנגען איבער אלע חלקים פונעם מצה בעקעריי.


דערנאך האט דער ראש בית דין מפריש געווען חלה מיט א ברכה, אין מיטגעהאלטן די סדר האפייה פאר העכער צוויי שעה אין שטארק באַוואונדערט די פילע הידורים אין חומרות כחוקת הפּסח וכמשפטו.


ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page