top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהוראת הקודש: 'מזמור לתודה' אין באיאנער שטיבלעך אין ביתר נאך די ניסים גלויים

זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג


קול בחצרות - בהוראת הקודש פון כ''ק האדמו"ר מבאיאן שליט''א האט מען דעם פרייטיג צונאכטס ביים דאווענען אין אלע שטיבלעך דחסידי באיאן לענגאויס דער שטאט ביתר געזאגט דעם קאפיטל תהילים 'מזמור לתודה' אפצוגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים וואס האט פאסירט דעם פארלאפענעם דאנערשטיג ווען א פאלעסטינער טעראריסט האט איבערגעלאזט א רענצל מיט א באמבע אינעווייניג אויף א באס אין ביתר, אין בחסדי ה' האבן עטליכע פאסאזשירן באמערקט רויעך אין באלד אלארמירט די פאליציי וועלכע האבן באצייטנס נייטראליזירט די באמבע און יעדער איז ב"ה ארויס אומבאשעדיגט. גלייכצייטיג זענען איינוואוינער פארארדנט געווארן זיך צו פארשפארן אין די הייזער אויס זארג אז דער שעדליכער טעראריסט דרייט זיך אין די גאסן, שבת בייטאג האט מען טאקע געכאפט דעם טעראריסט.


בהוראת הקודש פון כ''ק האד' מבאיאן שליט''א האט מען נאך תפילת מנחה ערב שבת אין אלע באיאנער שטיבלעך אין ביתר געזאגט דעם קאפיטל מזמור לתודה אין זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה להודות והלל אויף די ניסים גלויים אין די גרויסע חסדים.

Comments


bottom of page