מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג
קול בחצרות - נעכטען זונטאג נאכט איז פארגעקומען די עלעגאנטע מסיבה עץ הגן לטובת מתיבתא עץ חיים ד'באבוב אין בארא פארק געאייגנט פאר די גרעסערע נדיבים בעם תומכי המתיבתא אין שפיץ פון די נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ס'איז פארגעקומען און א הערליכע זאל אין פלעטבוש אויף א מלכות'דיגע פארנעם, א ארקעסטרא האט מהנה געווען מיט שירות ותשבחות און די מייסטער בעל מנגן ר' מאיר אדלער האט פארגעשטעלט א הערליכע מוזיקאלישע פרעזענטאציע, עס איז אויך אפגעהאלטן געווארן א פאנעל בעניני חושן משפט דורך הגאונים ר' זלמן גרויס בעל ברי ושמא און הרה''ג ר' אשר לאנדא דיין אין ביד"צ בית יוסף, דערנאך האט אויפגעטרויטען מיטן דבר המתיבתא הרה"ג ר' אלעזר הלברשטאם נכדו הגדול פונעם באבוב'ער רב שליט"א וואס האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארעמט די נדיבים בעם, אין דאן האט הגה"צ ראש ישיבת באבוב אויפגעטרויטען און באדאנקט די נדיבים בעם, צום קלימאקס האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רב שליט"א, אין נאכ'ן בענטשען האט די רב שליט"א פארטיילט א מזכרת פאר אלע משתתפים.
אזוי אויך איז ספעציעל ערשינען לכבוד די מעמד די נייע ספר און די סעריע ספרים ברית איתנים וואס אנהאלט סיפורי צדיקים פון די צדיקי הדורות וואס זענען פארציילט געווארן דורך הרה"ק בעל דברי שלמה מ'באבוב בהלו נרו על ראשנו ביי די וועכענטליכע מלוה מלכה'ס.
Comments