top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים ומעריצים צייכענען אפ הילולא קדישא פון הרה''ק רבי איציקל מאמשינוב זצ''ל

זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן מוצאי שבת האט כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א פון בארא פארק מעריך געוועהן שולחנו הטהור אין דער סעודה מלוה מכה לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי איציקל מאמשינוב זכר צדיק לברכה, במשך די סעודה האט די רבי מכבד געוועהן כ''ק האד' מתולדות יהודה שליט''א מגדולי תלמידי בעל ההילולא אויפצוטרעטן מיט זכרונות אין דאן האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש, הרה''צ רבי ישראל ארנסטר איידעם פונעם בעל ההילולא האט מסיים געוועהן ששה סדרי משנה אין דער רבי האט געזאגט קדיש אין דערנאך האט הרה''צ רבי ישראל ארנסטר דערציילט עובדות אין זכרונות, עס האבן זיך אויך משתתף געוועהן כ''ק האד' מאלכסנדר שליט''א אין זיין ברידער הגה''צ אב''ד אלכסנדר שליט''א, כ''ק האד' מקאפיטשניץ שליט''א, הגה''צ גאב''ד סאטמאר בארא פארק, הגה''צ רבי נחום מאיר גערמאן ר''מ במתיבתא דבאבוב, הרה''צ רבי יוסל ארסנטר אב''ד אלכסנדר אין נאך.


פרייטיג צונאכטס האט מען זיך צוזאמגענימען אויף אן התוועדות חסידים אין אמשינובער ביהמ''ד ווי די זקני החסידים האט מעלה געוועהן זכורנו פונעם בעל ההילולא, דער אמשינובער רבי פון בארא פארק איז צוגעגאנען צום עמוד צו מוסף שבת אינדערפרי אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לכבוד די יארצייט.









bottom of page