top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרה''ח ר' אברהם ניסן ניימאן ז''ל מחשובי חסידי וויז'ניץ פון וויליאמסבורג

מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג



קול בחצרות - פילע חסידי וויזניץ האבן דעם ערב שבת באגלייט למנוחת עולמים אחרי מיטתו פון הרב החסיד הישיש ר' אברהם ניסן ניימאן זכרונו לברכה מזקני חסידי וויזניץ אין וויליאמסבורג, ר' אברהם ניסן איז געווען דער עלטסטער זון פון הרב החסיד ר' ישראל ניימאן ז"ל זוהן פון הרב החסיד ר' אברהם ניסן ז"ל פון ווישיווא, אלס קינד האט ער נאך זוכה געווען צו זעהן הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, און אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך מסתופף געווען בצל קדשו פון הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע. זייענדיג א תלמיד מובהק פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל איז ער געווען זייער נאנט און מקושר, ער פלעגט פארן קיין ארץ ישראל להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען ווי א געטרייע גענעראל אין פילע ענינים. אזוי אויך פלעגט ער פארן קיין מאנסי להסתופף בצל קדשו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי זצ''ל, און געווען פון די אויבן אן אידן ביי די תפילות און טישן בחצרות הקודש לבית וויזניץ.

דעם פרייטאג פארטאגס איז ר' אברהם ניסן נפטר געווארן בשיבה טובה, די לוויה איז פארגעקומען צען אזייגער פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף ליע עוועניו, וואו עס האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לרגל השמחה במעונו, צו וועם דער חשובער נפטר איז געשטאנען מיט א געטריישאפט אויפצושטעלן די קהילה און מוסדות. שפעטער איז פארגעקומען די לוויה פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און דערנאך איז ער געקומען לקבורה אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.

דער חשובער נפטר ר' אברהם ניסן לאזט איבער א דור ישרים יבורך, אויך האט ער איבערגעלאזט זיין איינציגער ברודער להבחל"ח הרב החסיד הישיש ר' פנחס ניימאן שליט"א ראש הקהל וויזניץ וויליאמסבורג.









bottom of page