זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג
קול בחצרות - הונדערטער אידן האבן נעכטן בעת רעווא דרעווין מיטגעהאַלטן די התעוררות'דיגער שלש סעודות אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק וואס איז געפירט געווארן דורכ'ן לייוו הוק-אפ פון ארץ ישראל דורכן בארימטער משפיע, המלהיב לבבות ישראל, הגאון הצדיק רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אינאיינעם מיט די חבורות באר האמונה פון בארא פארק אין וויליאמסבורג, אין בארא פארק האט מען זיך צוזאמגענימען אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין אויך אין וויליאמסבורג האבן זיך באטייליגט שווערע הונדערטער אידן כאיש אחד בלב אחד בעידן רעוא דרעוין אין די זאלן פון קאנטינענטל, די גאנצע זאל איז געווען אויסגעשטעלט פון איין ברעג ביזן צווייטן טישן מיט בענק, עד אפס מקום.
א קורצע צייט נאכן זמן רבינו תם האט דער משפיע אנגעהויבן זיינע פייערדיגע דיבורים אין אריינגעגאסן עמער'ס פון התחזקות פארן עולם הצמאים לשמוע את דבר ה' און האט מאריך געווען פאר לאנגע שעה'ן, ווען אינמיטן האט מען געזונגען פארשידענע ניגוני קודש כדרכו בקודש איז דאס געווען מלובש מלא חיזוק והתרוממות הנפש.
Comments