top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב ביי שבע ברכות פון א יתום פון די קהילה

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטען נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען צו ישיבת כרם שלמה ד'באבוב ווי די רב האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאכ'ן דאווענען האט די רב אפגעראכטען א לחיים און אויפגעטרויטען מיט דברות קודש פאר די תלמידי הישיבה דברי התחזקות בלימוד התורה ועבודת התפילה און דברי תורה במשנתו פון די הייליגע רבי ר' אלימלך לכבוד די הילולא דערנאך זענען אלע בחורים אדורך איבערגעבן די נדבות וואס זיי האבן געשאפן בימי הפורים פארן רב'ס פריוואטע צדקה קאסע.


נעכטן אויפדערנאכט איז די רב שליט"א אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים שבע ברכות פון א חתן א יתום פון די קהילה, נאכדעם וואס די רב האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די חתונה צוליב א חולשה, כמנהגו ווי דער רב פירט זיך צו גיין אויף חתונות נאר פון קרובים און יתומים, דעריבער האט די רב געמאכט אן אויסנאם און אנגעקומען צום שבע ברכות ווי די רב האט פארברענגט א שטיק צייט און אויפגעטרויטען מיט דברות קודש, ביים בענטשן האט די רב געזאגט די שבע ברכות און דערנאך ארויס אין ריקודין מיט די חתן און בני המשפחה און א ספעציעלע ריקוד מיט די יתומים.





Commenti


bottom of page