top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מליזענסק שליט"א וועט אפרייזן קיין ליזענסק צום יומא דהילולא פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זיע"א

זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג


קול בחצרות - כ"ק מרן אדמו"ר מליזענסק שליט"א לאזט זיך היינט ארויס מיט א צאל תלמידים וחסידים אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו דער רבן של ישראל דער הייליגער ר''ר אלימלך מליזענסק זיע"א, אין זיך אויפהאלטן אין די טעג ארום די הילולא באתרא קדישא ליזענסק סמוך ונראה צום ציון הק'.


מארגן מאנטאג וועט די רבי שליט"א אנקומען אין שטאט ליזענסק, אין אויפצומארגענס דינסטאג ביומא ההילולא וועט די רבי שליט"א ארויף גיין פוקד זיין דעם ציון הק', אין די נאכמיטאג שעות וועט פארקומען דעם סעודת הילולא המרכזי וואס וועט געפראוועט ווערן באתרא דמר אין שטאט ליזענסק בהשתתפות הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א נכדי רבינו בעל הילולא ובראשות כ"ק מרן אדמו"ר מליזענסק שליט"א.

Comments


bottom of page