top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערראַשונג ביי הונדערטער אידן ביים פוקד זיין ציון המצוינת פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאלוב זיע"א

מוצש"ק פ' כי תשא - י"ח אדר ה'תשפ"ג

קול בחצרות - די שטָאט קַאלוב, אונגַארן, הָאט פַארלָאפענעם וואך געווירבעלט מיט הונדערטער אידן ווָאס זענען געקומען צו פָארן פון נָאנט און ווייט, ּפוקד צו זיין דעם מקום מנוחה פון הרה"ק רבי אייזיקל קַאלוב'ער זי"ע, לרגל ההילולא קדישא ז' אדר, און די משתטחים הָאבן אלע גָאר שטַארק נהנה געווען פון דעם נייעם בנין הכנסת אורחים ווָאס איז ב"ה ברייט געעפענט געווָארן צו די היי-יעריגע הילולא, לשביעת רצון כל אחד ואחד. אין די יָארן נָאכ'ן ביטערן צווייטער וועלטס קריג זענען די וועגן קיין קַאלוב געווען היבש אּפגעשטילט, און וויפיל מען הָאט ּפרובירט צוריק אויפצולעבן די נסיעות קיין קַאלוב, הָאט עס נישט צוריקבַאקומען דעם אמָאליגן גלַאנץ. אבער אין די סַאמע לעצטע עטליכע יָאר זעט זיך שוין א שטַארקער געווירבעל אין קַאלוב אין טָאג פון ז' אדר, ווָאס איז טַאקע נָאך זייער ווייט פון די אמָאליגע צענדליגער טויזנטער אידן ווָאס זענען דָארט געווען, אבער מדי שנה בשנה ווערט מער און מער דער ציבור אידן ווָאס קומען צו פָארן קיין קַאלוב לרגל ההילולא קדישא.

אויך דָאס יָאר הָאבן הונדערטער אידן פוקד געווען די שטָאט קַאלוב ביום ההילולא און אין די שעות ארום, אבער אנקומענדיג קיין קַאלוב איז מען איבעררַאשט געווָארן מיטצוהַאלטן, ווי דער גַאנצערַ אטמָאספערעַ ארום הָאט זיך געטוישט, און אז עס איז היינט נייע צייטן אין קַאלוב. ס'איז גוט בַאקַאנט ביי אידן ווָאס פָארן אויף נסיעות למקומות הקדושים, איבער די פַארשידענע שוועריגקייטן ווָאס מען פלעגט הָאבן ביים אנקומען קיין קַאלוב. דער שומר אויפ'ן ביה"ח איז נישט געווען איבעריג פריינטליך, און הָאט יעדעס מָאל געבעטן ַאנדערע סכומים, געווָאנדן לויט זיין גיסטע... גענוג און נָאך מָאל הָאט ער בכלל נישט געהַאלטן ביים קומענען עפענען דעם טויער צום אוהל הק', און מען איז געווען געצוואונגען צו מתּפלל זיין אינדרויסן נעבן דעם אהל הק'. אידן ווָאס זענען געקומען קיין קַאלוב הָאבן זיך געשּפירט אונטער א שרעקליכן דרוק, און אסַאך זענען געווען געצוואונגען אויסצולָאזן "קַאלוב" פון די רשימה וואו מען וויל אנקומען ביי די נסיעה לקברי צדיקים, וויסענדיג אז ס'איז זייער מעגליך אז מען וועט בכלל נישט קענען אריינגיין. דָאס איז אויסער דעם ווָאס עס איז נישט געווען צוגעשטעלט די נויטיגע בַאדינגונגען, ווי עס איז שוין היינט צוגעשטעלט אויף אנדערע מקומות.

דער בנין הכנסת אורחים ווָאס גייט אן שוין א היבשע פאר יָאר, איז געווען אין א געדינגענע דירה בנדבת לבו הטוב פון הנגיד ר' מרדכי פָארהַאנד פון וויען. דער בנין איז צוויי גַאסן אהינציר פונעם ביה"ח, און ווייניג הָאבן געוואוסט דערפון. אפילו ווען יָא, הָאט מען ווייטער געדַארפט אנקומען צו די חסדים פונעם שומר ַאז ער זָאל עס וועלן עפענען... און מ'הָאט נישט געהַאט דערפון קיין גרויסן נוצן. דָאס ַאלעס הָאט זיך געטוישט במשך די לעצטע זעקס חדשים בערך, ווען די עסקנים, אין שּפיץ פון הרב איתמר מייזליש פון קרית יואל ווָאס לזכותו קען צוגעשריבן ווערן א גרעסערער צָאל בניני הכנסת אורחים ביי די מקומות הקדושים אין איירָאּפע, וועלכע הָאבן מצליח געווען ָאּפצוקויפן א בנין הַארט נעבן דעם אהל הקדוש פון רבי אייזיק'ל זי"ע, און מען הָאט דָאס אּפגעקויפט בנדבת לבו הטוב פון הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סַאטמַאר אין וויליַאמסבורג, וועלכער הָאט מנדב געווען דעם נייעם בנין לזכותו פון די משּפחה פון זיין שווער הנגיד ר' חיים יושע געלבשטיין מראשי קהילות עצי חיים סיגוט, ווָאס זענען אייניקלעך פון הגביר הצדיק רבי יעקב פיש זצ"ל ראש הקהל פון קַאלוב.


מיט א צייט צוריק איז דער בנין ב"ה פַארענדיגט געווָארן מיט אלע איינריכטונגען, און מען האט מסדר געווען אלע לעגַאלע איינגעלעגענהייטן, מיטן שומר פונעם ביה"ח און עקסטער מיטן פַארווַאלטער פון דעם בנין הכנסת אורחים, אויף וועלכן זיי זענען פַארפליכטעט צו זיין גרייט פַאר אידישע רייזענדע סיי ווען אימער, סיי צו עפענען דעם ביה"ח און סיי אריינצולָאזן אינעם בנין הכנסת אורחים. עס זענען אויפגענומען געווָארן עטליכע מיטַארבעטער, ווָאס שטייען גרייט 24 שעה אין מעל"ע אויפצונעמען די אידן ווָאס קומען ָאן קיין קַאלוב, און אלעס פאר גענצליך אומזיסט, אן קיין ווייטערדיגע מעגליכקייט צו בעטן ריזיגע געלטער אין די וועלט אריין, ווי ביז נישט-לַאנג צוריק.

דָאס אלעס גייט שוין אן במשך די לעצטע הַאלב יָאר, און אצינד ביומא דהילולא פונעם הייליגן קַאלובער זי"ע הָאט זיך אנגעזען א שטרָאם פון הונדערטער אידן ווָאס הָאבן נישט אויפגעהערט צו קומען במשך דעם גַאנצן מעל"ע פון די הילולא. שוין מָאנטָאג נַאכט,אור ליום ההילולא הָאט זיך אנגעזען א שטרָאם פון מתּפללים, וועלכע האבן זיך דערנאך אויפגעהַאלטן אינעם בנין הכנסת אורחים, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט רייכע סעודות פַאר'ן גַאנצן ציבור, צוזַאמען מיט איבערבייס, מזונות און ווַארעמע משקאות במשך די גַאנצע צייט.


אור ליום ההילולא הָאט מען דָארט געדַאווענט מעריב אינעם נייעם בנין, און דערנָאך געּפרַאוועט "קידוש לבנה" בחוצות העיר, ווען מען איז זיך פַארגַאנגען אין א טענצל אויף "טובים מאורות" מיט גרויס התרגשות, וביניהם כ"ק אדמו"ר מַאלעסק-וויליַאמסבורג שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פָארן לרגל ההילולא פון זקינו הק' זי"ע. אויך במשך די נַאכט הָאט זיך נישט אּפגעשטעלט דער שטרָאם פון אידן ווָאס זענען אנגעקומען קיין קַאלוב, ווָאס הָאט ווייטער אנגעהַאלטן במשך דעם גַאנצן טָאג. כסדר הָאבן זיך געשטעלט מניני תפלה, צו מעריב, שחרית, מנחה, און מעריב פון די נַאכט דערנָאך, ווען פַאר יעדן איז געווען צוגעשטעלט ברייטע סעודות פאר פרישטָאג, מיטָאג און נַאכטמָאל. בַאזונדער הָאט זיך אנגעזען די גרוּפע פונעם חשוב'ן נדבן ר' אברהם בראך הי"ו צוזַאמען מיט זיין חשוב'ן שווער ר' חיים יושע הי"ו מיט די בני משּפחה, וועלכע הָאבן צוזַאמען געּפרַאוועט די יָארצייט סעודה צוזַאמען מיטן חנוכת הבית פון דעם בנין.





Comments


bottom of page