top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • האד' מבאבוב באזוכט ביי האד' מקאסוב לרפו''ש

דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - נעכטן נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א בביתו נאוה קודש אין בארא פארק, עס האט זיך פארצויגען א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים און די באבוב'ער רב האט שטארק מחזק געווען די קאסוב'ע רבי אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז און די שווערע זמנים און ארויסגעברענגט אז ער האט אינזין די קאסוב'ער רבי ביי אלע תפילות שיתחדש כנשר נעוריו און די רבי זאל גענצליך צוריקקומען צו די כוחות, דערביי האט די באבוב'ער רב איבערגעגעבן גאר א גרויסע סכום געלט פארן אויפבוי פון די נייע קאסוב'ע ביהמ"ד וואס ווערט געבויעט אין בארא פארק, די רב האט געוואונטשען א רפואה שלימה און זיך ווארים געזעגענט.

Comments


bottom of page