מיטוואך פ' תצוה - ח' אדר תשפ"ג
בילדער קרעדיט: איציק ו. (בחדרי חרדים)
קול בחצרות - דעם פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען אין עיה''ק ירושלים אן אייגנארטיגע סיום הש''ס וואס הרה''ג רבי משה סופר בן הגה''צ אב''ד ערלוי צפת האט אין א זעלטענעם מאניפעסטאציע פון כיבוד אב און כבוד התורה מסיים געוועהן ש''ס בבלי אין ירושלמי לזכותו ולרפואתו השלימה פון זיין פאטער דער ערלוי'ער רב פון צפת וועלכע איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים אין נויטיגט זיך אין א ישועה
דער סיום איז פארגעקומען אין א זאל אין ירושלים מיט די באטייליגונג פון רבנים, קרובי המשפחה און גוטע פריינט אין שפיץ פונעם פעטער אין ראש המשפחה כ''ק האד' מערלוי שליט''א וועלכע האט משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד המאורע, אין דערנאך האט הגה''צ אב''ד ערלוי צפת וועלכער האט זיך באטייליגט ביי דעם סיום און אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה אין ארויסעגעגבן זיינע טיפע הרגשים.
Comments