top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עצרת הספד צום ערשטן יארצייט פונעם שר התורה הגר''ח קנייבסקי זצ''ל

מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - דעם קומענדיגן וואך ווערט אפגעצייכנט איין קיילעכיג יאהר פון יענעם ביטערן טאג ווען עס איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פונעם דער שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה, וואס איז ארויף בסערה השמימה אינעם פרייליכן טאג פון שושן פורים, וועט מען זיך אצינד צוזאמנעמען אויף מערערע עצרות הספד והתעוררות אין אלע ליטווישע היכלי התורה אין מוסדות החינוך אין ארץ ישראל, ווי מען וועט מעלה זיין זכרו הטהור


אין בני ברק וועלן זיך הונדערטער אידן מארגן דינסטיג צוזאמנעמען אויף אן עצרת הספד בהיכל בית מדרשו פונעם גאון, בית הכנסת לדרמן ווי עס וועלן מספיד זיין די גדולי הרבנים וראשי הישיבות, צווישן זיי דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי גרשון אדלשטיין, כ''ק מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, הגאון הגדול רבי דוב לנדא ראש ישיבת סלבדקא, הגאון רבי מיכל זילבר ראש ישיבת זוועהיל אין נאך.



Comments


bottom of page