top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אחר מיטתו פון הרה''ח ר' ישעי' פרידמאן ז''ל משב''ק ביי כ''ק האד' מרחמיסטירווקא שליט''א

דאנערשטאג פ' תצוה - ט' אדר תשפ"ג

בילד קרעדיט בארא פארק 24


מיט צער און טרויער האבן הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא היינט באגלייט למנוחת עולמים, אחר מיטתו של האי חסיד ועניו, עבד לעבדי השם הרב החסיד ר' ישעי' פריעדמאן זכרונו לברכה, לאנגיעריגער משמש בקודש ביי להבדיל בין חיים לחיים כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפואה שלימה.


הרב החסיד ר' ישעי' האט זוכה געווען צו שטיין לימין קדשו פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן גאנצע פערציג יאר כולן שוין לטובה, פון די אנהייב תש"מ יארן ווען דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א האט זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק און אוועקגעשטעלט דעם שיינעם חסידישן הויף. ר' ישעי' איז געשטאנען ווי א געטרייער גענעראל און מיט מסירת נפש באדינט דעם רבי'ן ברוח ובגשם, ארויסגעהאלפן דעם רבי'ן מיט אלע זיינע באדערפענישן, ציבור'ישע אנגעלעגנהייטן, און פריוואטע ענינים צוגלייך. איבערהויפט האט ער זיך אפגעגעבן מיט די עבודת לחם הפנים און כלי שרת, צוצוגרייטן די מאכלים פארן רבי'ן סיי אינדערהיים און סיי ביי די עריכת השולחנות ברוב עם. ר' ישעי' איז געשטאנען בראש לנצח על מלאכת בית הרבי, אריינצוברענגען די מאכלים און דערלאנגען צום רבי'ן אויפן טיש, צו וואס ער האט אנגעהאלטן זיין לאנגיעריגע חזקה.


אזוי אויך ביי די שמחות בחצר הקודש האט ר' ישעי' אנגעהאלטן זיין חזקה צוצושטעלן די עסן פארן ראחמיסטריווקא רבי'ן, און פאר אלע חשובע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געווען מסובים אויפן בימת הכבוד, מיט א געטריישאפט האט ער יעדן באדינט און זיכער געמאכט לבל יחסר המזג.


אפילו אין די לעצטערע יארן ווען ער האט זיך ליידער געמוטשעט מיט א שווערע קרענק, זייענדיג כסדר יוצא ונכנס אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, האט ער אבער נישט געוואלט אויפגעבן זיין חזקה, און ווייטער משמש געווען דעם רבי'ן אפילו מיט מסירת נפש. ער האט זוכה געווען צו באגלייטן דעם רבי'ן ביזן לעצטן טאג וואס דער רבי האט געקענט עסן, וואס דאן איז דער רבי ליידער אוועקגעפאלן אין א שווערע געזונט צושטאנד והוא מחולל מפשעינו.


היינט דאנערשטאג אינדערפרי איז ר' ישעי' נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון דריי און זיבעציג יאר, געציילטע טעג נאך די חתונה פון א אייניקל בבית בנו יחידו, הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא און תושבי עיר בארא פארק האבן זיך צוזאמגענומען פארנט פון ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק אפצוגעבן דעם כבוד האחרון, דער גבאי הרב ר' יהושע חיים קאסטן האט געזאגט א אל מלא רחמים פארנט פון ביהמ''ד אין א אל מלא רחמים פארנט פון ביתו נאווה קודש פונעם רחמיסטירווקא רבין שליט''א און פון דארט איז די לוויה ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא, וואו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט באגלייט פארנט פון ביתו נאוה קודש, אויפן וועג צום בית החיים אין שיכון סקווירא.


יהא זכרו ברוך

Komentáře


bottom of page