top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערבי פסחים • האד' מבאיאן ביי שאיבות מים שלנו אין אפיית מצות

פרייטאג פ' צו - ט' ניסן תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: פנימי באיאן


דעם מאנטוג אינעם טאג פון ה' ניסן יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'אוהב ישראל' מאפטא זי"ע איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אנגעקומען קיין ביתר באקן די מצות כמנהג אדמורי בית רוזין.


זונטאג לעת ערב איז דער רבי אנגעקומען צום עין חניה געגענט נעבן ירושלים עיה"ק אויף שאיבת מים שלנו, אין באגלייטונג פון די הונדערטער בחורי החסידות וואס זענען אנגעשלאסן אינעם ישיבת בין הזמנים, ביים אנקומען האט די רבי געמאכט ברכת האילנות, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און די רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און מעודד געווען די ניגונים קרוב צו א האלבע שעה, פארן שקיעה האט זיך די רבי אוועקגעזעצט אויף א שטיין ביים ברעג פונעם טייך אין געזעצן בדביקות פאר עטליכע מינוט, מען האט געזינגען לעשות רצונך און די רבי האט אנגעפילט א קריגל פונעם מעיין, און מהאט באגלייט דעם רבין צום קאר בשירה וזמרה.


צומארגנס דינסטיג צופרי נאך שחרית איז די רבי אנגעקומען קיין ביתר צום היימישע באיאנער מצה בעקעריי אין שטאט, אינעם רבינס חבורה האבן געבאקן אלע רבני הקהילות דחסידי באיאן, בפיקוחו פונעם רב הקהילה הגאון רבי הערשל שרייבער וועלעכע איז איבערגעגאנגען מיטן רבין שטאפל נאך שטאפל פון די סדר האפייה, בשעת ווען מען האט געזינגען ניגוני הלל.


דערנאך איז די רבי אריבער צום דערנעבנדיגן זאל עטרת גיטל צום מעמד הפרשת חלה, נאכן מפריש זיין חלה האט די רבי משמיע געווען אמרי קודש.





bottom of page