top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויען וועט מארגן אויפטרעטן מיטן יערליכע ז' אדר דרשה

זונטאג פ' תצוה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - מארגן מאנטיג נאכט ז' אדר, יומא דהילולא פון משה רעיא מהימנא, וועלן זיך פארזאמלען פילע טויזנטער אידן צו הערן די "ז' אדר דרשה" אינעם היכל הבית המדרש דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, דורך דעם פום ממלל רברבן, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.


די דרשה ז' אדר, איז ווי באקאנט א מנהג מקדמת דנא פון די מאורי ישראל און גדולי עולם אין אויבערלאנד, אז די רבנים און עיני העדה האבן זיך פארזאמלט מיט די קהילות הקודש און געזאגט א דרשה ביומא דהילולא של משה רבינו ע"ה, פול מיט דברי כיבושין און תוכחת מוסר וואט איז אנבאלאנגט דעם כלל און דעם פרט, ווי אויך דברי הספד אויף די אלע גדולי ישראל וועלכע זענען נסתלק במשך דעם פארלאפענעם יאר לגנזי מרומים. און קהל עדת יראים וויען, פארזאמלען זיך אין דעם טאג די הונדערטער חברי הקהלה פון אומעטום, הקרובים והרחוקים, צו הערן די "ז' אדר דרשה" פונעם רבן ומנהיג הקהלה.


אין די לעצטערע יארן איז די ז' אדר דרשה פארוואנדלט געווארן, נישט בלויז פאר די חברי הקהלה עדת יראים וויען, נאר אלס א צוציאונגס פונקט פאר טויזנטער שלומי אמוני ישראל וועלכע נעמען די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן אין די כנסיה לשם שמים, און צו הערן די טייערע דבורים פונעם וויענער רב שליט"א, וועלכער איז באקאנט אלס פה מפיק מרגליות און נואם בחסד עליון בלשון לימודים, ארויסצוברענגען די אלע ענינים הצריכים חיזוק בטוב טעם, בדברים היוצאים מהלב.


די דרשה איז איינגעטיילט אין דריי חלקים, דער חלק הדרוש, בביאורים נפלאים אין די פרשה פון די פטירה פון משה רבינו ע"ה, דערנאך ווערט אפגעראכטן דער "הספד" אויף די גדולי ישראל וועלכע זענען נעדר געווארן במשך דעם פארלאפענעם יאר, אויף וועלכע דער גאנצער ציבור זעצט זיך אויף דער ערד מקבל אבילות זיין און מ'זאגט פאר "קל מלא רחמים". דערנאך איז מען ממשיך די דרשה מיט ווארימע דברי מוסר און דברי התעוררות בענינים העומדים על הפרק, בדברים הצריכים חיזוק.


די דרשה וועט פארקומען אינעם בית המדרש דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג יצ"ו, מען וועט דאווענען תפלת מעריב בשעה 8 אזייגער ביינאכט, און גלייך נאך מעריב וועט דער רב שליט"א אויפטרעטן מיט די דרשה. נאך די דרשה ווערט פארקומען די מסיבת לחיים דורך די חברה קדישא וועלכער איז דער מנהג מימי קדם ביום ז' אדר, דא אויף קול בחצרות וועט קענען מיטהאלטן א לייוו הוקאפ פונעם דרשה אנגעהויבן פון ארום 8:30 אויפדערנאכט.

header.all-comments


bottom of page