top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני האדמו''ר מסקווירא אין ארץ ישראל

דאנערשטאג פ' תרומה - ב' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז נעכטן צופרי אנגעקומען אויף א קורצע באזוך בארץ הקודש, איז תיכף פונעם לופטפעלד צוגעפארן קיין עיה"ק ירושלים, ווי ער האט געדאווענט שחרית אין די סקווירא ביהמ"ד אין שטאט ווי עס האבן מיטגעדאווענט א גרויסן ציבור חסידי סקווירא תושבי העיר, הרה"צ ר' אהרן מענדיל האט געדינט אלס שליח ציבור ביי הלל, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו


אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש אין שטוב פון איינער פון די חסידים אינאיינעם מיט די כולל יונגעלייט פונעם כולל בוקר אין די סקווירא שטיבל, ווי הרה"צ רבי אהרן מענדיל האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די אינגעלייט.


נאכמיטאג איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די יונגעלייט פון די נאכמיטאג כולל, ווי עס האט זיך אויך משתתף געוועהן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי וואס איז אויך צוגאסט צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל.


פארנאכטס האט הרה"צ ר' אהרן מענדיל זיך באטייליגט ביי עטליכע חתונות פון חסידי סקווירא אין ארץ ישראל, צווישן זיי די חופה לבן העסקן הרה"ח ר' אליעזר כהן ווי הרה"צ ר' אהרן מענדיל האט מסדר קידושין געווען, די ברכות ראשונות האט געזאגט הרה"צ רבי יצחק און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא חתנא דבי נשיאה פון כ"ק האד' מסקווירא שליט"א.


שפעטער אויפדערנאכט איז הרה"צ רבי אהרן מענדיל אנגעקומען קיין אלעד ווי ער האט זיך באטייליגט ביי די שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אהרן בהיכל הישיבה גדולה און דערנאך זיך צוריק געקערט קיין ירושלים צום אכסניא בבית הנגיד ר' אביגדור אסטרייכער


אין אנדערע נייעס האט הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן האד' מסקווירא, דעם מאנטיג געדאוונט שחרית אין בית מדרש מחנובקא בעלזא אין בני ברק, ווי ער עולה געווען לתורה אויף די ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע, און נאכן דאווענען אריין אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א


צומארגנס דינסטיג האט ער מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' אויפן בית החיים זכרון מאיר ביין אוהל אדמור"י בית וויזניץ און ביי די טשערנאבילע חלקה, אויך האט ער באזוכט ביי הגה"ח ר' נפתלי כהן מזקני חסידי סקווירא, ביינאכט האט ער זיך באטייליגט ביים חתונה בחצר הקודש וויזניץ.


מיטוואך אינדערפרי האט ער געדאוונט שחרית אין די סקווירא ת"ת אין ירושלים ווי הרה"צ רבי יצחק האט געדאווענט הלל פארן עמוד הלל, און נאכן דאווענען איז ער אריבער צו די קלענערע כיתות אינעם ת"ת און פארטיילט מיני מתיקה פאר די קונדער.


דערנאך איז פארגעקומען א מעמד 'קדשנו' פאר די עטלערע כיתות אינעם ת"ת, ווי עס האבן אויפגעטרויטן עטליכע פון די מחנכים, און הרה"צ רבי יצחק האט אויפגעטראטן מיט א שמועס פאר די קינדער און געשריבן א אות אינעם ספר תורה, דערנאך זענען די קינדער דורך איבערגעגעבן די שטרי התחייבות פאר הרה"צ ר' יצחק


שפעטער נאכמיטאג האט ער באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ווי די גערער רבי האט איבערגעבען דרשה געשאנק פאר אן אייניקל פון הרה"צ ר' יצחק לרגל די בר מצווה, און נאכן באזוך האט ער זיך אומגעקוקט אינעם נייעם פליגל פונעם גרויסן גערער בית מדרש

Comentarios


bottom of page