דאנערשטאג פ' תרומה - ב' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - הונדערטער חסידי ואוהדי קאסוב האבן זיך נעכטן צוזאמגענימען כאיש אחד בלב אחד ביים היסטארישן מעמד לעשות רצונו וואס איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג ראש חודש אדר, צוצולייגן א פלייצע און זיך שטעלן לימין קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, און העלפן אויפבויען דעם נייעם בית המדרש בית מקדש מעט דחסידי קאסוב אין שטאט בארא פארק.
די מעמד איז פארגעקומען אינעם ראבערט טריעט האטעל אין ניו דזשערזי, וואו עס זענען געקומען צופארן פון אלע שטעט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, כולם נקבצו ובאו לפונדק אחד, לשמוע את דבר ה' ברמה, און שטיין פעלזן פעסט לימין הקודש צו פארברייטערן די גבולי הקדושה אויף א שטארקע פארנעם.
דער בארימטער מגיד מישרים ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש יושב ראש המעמד האט איינגעלייטעט דעם ציבור מיט פאסיגע ווערטער און בליציגע געדאנקען, ר' מאיר מרדכי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אחריות און שווערע עול וואס דער קאסובער רבי טראגט כסדר, גאנץ כלל ישראל איז אויפגעשריבן על לוח ליבו, יעדע צרה צו עגמת נפש וואס עס פאסירט ח"ו צו א אידיש קינד מזרע אברהם יצחק ויעקב, איז דער רבי א אדרעס ארויסצוהעלפן, פון איבעראל קומט מען זיך דורכרעדן ביים רבי'ן וואס מיט זיינע געוואלדיגע קשרים און סייעתא דשמיא איז ער זוכה ארויסצוהעלפן אומצאליגע אידן ברוחניות ובגשמיות. און אצינד אז דער רבי וויל מ'זאל בויען דעם בית המדרש, דארף יעדער איינער טראגן דעם דאגה פארן רבי'ן, און זיכער מאכן אז עס איז דא די נויטיגע געלטער צו פארענדיגן דעם בנין כלול בהדרו.
דאן האט הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אב"ד זאליטשיק א ברודער פונעם רבי'ן פארגעזאגט פרקי תהלים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, דאן האט אויפגעטרעטן הרב החסיד ר' יחזקאל קליין פון די חשובע חסידים מיט די דבר הקהילה, און דערנאך האט מען געהערט א פלאם פייערדיגע דרשה פונעם נואם הכבוד פה מפיק מרגליות הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, וועלכער האט אויפגעשטורעמט דעם ציבור צו שטיין לימין הקודש פונעם רבי'ן, זאגענדיג אז ווען א צדיק וואס כל ישראל נשען עליו איז אנגעוויזן אויף א ישועה, דאן איז די גאנצע אידישע פאלק אנגעוויזן אויף א ישועה, כביכול די שכינה הקדושה דארף א ישועה, און מיר ווייסן דאך אז צדקה תציל ממות, קען מען מיט צדקה צורייסן אלע שלעכטע גזירות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הנגיד החסיד המפואר ר' ראובן חיים סויבל יושב ראש קרן הבנין, וראש וראשון לכל קדשי בית קאסוב, ער האט קלארגעשטעלט די מציאות הדברים און אלע פונקטליכע דעטאלן ארום דעם בעפארשטייענדן קאמפיין, וואו אלע חסידים אינאיינעם וועלן שאפן די ריזן סומע פון פינף מיליאן דאללער, צו פארענדיגן דעם בנין בית המדרש לשם ולתפארת.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א געמאכט א לחיים, געוואונטשן דעם ציבור לחיים טובים ולשלום, און מ'האט געזינגען א ניגון לכבוד המעמד און לכבוד ראש חודש. דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן בדברות קדשו מלהבות אש, און צוערשט זיך באדאנקט מעומק לבו הטהור פאר יעדן איינעם וואס איז געקומען זיך באטייליגן, און ארויסהעלפן מיט סיי וואס. דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די אלע אידן וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות און טוען מתפלל זיין לרפואתו השלימה, וואס דאס אלעס איז זיכער געווען דער גורם אז די מצב הבריאות זאל זיין אסאך בעסער פון פריער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין שטארקע רצון צו זעהן דעם בית המדרש עומד לתפארה, דער רבי האט געזאגט אז אמאל האט ער געהאלטן אז עס איז נישט וויכטיג א גרויסע שוהל, און עס ברענגט נאר קאפ וויי, אבער לעצטנס האט ער איינגעזעהן אז מען קען פיל מער אויפטון מיט א גרויסע שוהל, פארשידענע אויפטואונגען פאר כלל ישראל וואס ער וויל נאך אויספירן, א שטייגער ווי עפענען א ישיבה פאר בחורים, מסדר זיין שיעורי תורה און ארויסגעבן ספרים, און נאך פארשידענע געדאנקען, וואס מיט א גרויסע שוהל וועט מען דאס אלעס קענען שנעלער און גרינגער מסדר זיין.
דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז יעצט וויל ער שוין יא בויען דעם הויז פארן אויבערשטן, ער וויל שוין האבן דעם שוהל, און ער בעט יעדן איינעם ארויסצוהעלפן מיט וואס מעגליך.
דאן האט דער רבי זיך באצויגן צו די ספיקות וואס מענטשן האבן, מ'זעהט דאך אז די מצב הבריאות איז נישט אזוי גוט, מענטשן זענען באזארגט וואס וועט זיין, און פארשטייט זיך אז מ'שפירט אז עס לוינט זיך נישט צו ענדיגן דעם בית המדרש. האט דער רבי געזאגט אבער, אז ווען מ'זעהט ווי עס איז דא אידישע קינדער וואס שטרענגען זיך יא אן, און זיי גלייבן יא באמונה שלימה אז אלעס וועט זיין גוט, און מ'וועט זיך בעז"ה ארויסדרייען און צוריקקומען צו די כוחות, דאס איז די שטערקסטע פעולה אז מ'זאל טאקע זיין געזונט, די ריכטיגע בטחון וואס מ'האט און מ'בויעט ווייטער דעם בית המדרש, איז זיכער אז עס וועט אזוי זיין טאקע, און מ'וועט בעז"ה זיין אינגאנצן געזונט.
נאך די דברות קודש האט דער גאנצער ציבור אונטערגעשריבן די שטרי קבלה און זיך אונטערגענומען גרויסע סכומים ארויסצוהעלפן דעם קאמפיין, און דאן האט מען געהאט די זכיה אריבערצוגיין ביים רבי'ן איבערגעבן די קבלות און קוויטלעך, דער רבי האט פארטיילט פאר יעדן איינעם א פלעשל וויין לברכה ולשמירה.
Commentaires