top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בד"ה • בת קדושים הרבנית פריידל מרים ראבינאוויטש ע''ה

מאנטאג תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - ברוך דיין האמת - שוד ושבר בגבולינו

מיט גרויס צער און ווייטאג קומט אן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון האשה הצדקנית מרת פריידל מרים ראבינאוויטש ע"ה, אשת יבדלחט"א הרה"צ רבי יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א ראש כולל משכנות הרועים בן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א. די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה"ח ר' אברהם קרויזהאר שליט"א מיקירי קרתא דשופריא אין ירושלים עיה"ק, און האט אין די לעצטע תקופה געליטן פון די ביטערע מחלה ל"ע און יעצט אויפדערנאכט האט זיך אויסגעהאכט איר נשמה אין בליענדן עלטער פון 50 יאהר.


זי האט זוכה געווען צו אויפשטעלן א דור ישרים מבורך, און זיך משדך זיין מיט חשובע משפחות מיוחסות אדמורי"ם ורבנים, און לאזט איבער נאך זיך 8 יתומים וואס זי האט נישט זוכה געווען נאך צו אינטערפירן אונטער די חופה. פרטים איבער די לוי' וועלן נאכפאלגן שנשמע ונתבשר בשורות טובות.




Comentarios


bottom of page