top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבן מאסו הבונים • הנחת אבן הפינה בקודש פנימה ביי האד' מרחמסיטריווקא לביהמ"ד החדש אין אוק ען וויין

דינסטאג פ' אמור - י"א אייר תשפ"ג | קול בחצרות


אבן מאסו הבונים היתה לראש הפינה


נעכטן אין די פארנאכטס שעה'ן איז פארגעקומען א הייליגע מעמד הנחת אבן הפינה במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א אין בארא פארק ווי די רבי האט געלייגט די גרינדשטיין פאר די נייע בית המדרש הגדול דחסידי ראחמסטריווקא אין די אוק ען וויין געגענט אין לעיקוואד וואס שטייט בראשות בנו הרה"צ ר' מנחם נחום טווערסקי שליט"א.


צום באשטימטן צייט האבן זיך פארזאמלט די פילע חברי הקהילה יונג און אלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם מעמד בקודש פנימה, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און די רבי שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפינה און מען האט אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה, די רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן רב הבית מדרש בנו חביבו הרה"צ ר' נחום און פאר אלע מתפללים, און דערנאך האבן די חסידים געהאט די געלעגנהייט אדורכצוגיין אל מול פני הקודש כבני מרון.


די רחמסטריווקא קהילה אין אוק ען וויין שטייט שוין עטליכע יאהר, אין די לעצטע תקופה האט זיך די רבי'ס זון הרה"צ ר' נחום אריבערעגעצויגן אינעם געגענט משפיע צו זיין מהודו והדרו פאר די בני הקהילה מקירוב מקום.


נאכן וואנדערן אין פארשידענע אכסניות איז די קהילה יעצט סטאנציאנירט אין א צייטוויליגע בית המדרש, און בסייעתא דשמיא הייבט מען יעצט אן די עבודת הבניה ווי עס וועט ווערן אויפגעבויט א גרויסע שיינע בית מדרש כלול בהדרו פאר די באקוועמלכקייט פון חסידי ראחמסטריווקא ותושבי העיר.

bottom of page