top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרה''ח ר' שלום יוסף סאלאמאן ז''ל מחשובי חסידי קרעטשניף ומשב''ק אין ספינקא הויף

מיטוואך פ' בהר בחקתי - י"ט אייר תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת


מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה איבער די פרי-צייטיגע פטירה פון האברך הרה"ח ר' שלום יוסף סאלאמאן ז"ל פון בית שמש משמש בקודש ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק זצ"ל, וועלכע איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו נאכן ליידן שווערע יסורים, אין עלטער פון 47 יאהר.


ר' שלום יוסף איז געווען א זון פון יבדלחט"א הרה"ח ר' ישראל דב סאלאמאן לאנגיעריגער רב פון די שיבא שפיטאל אין תל השומר, און האט זיך מסתופף געווען בחצר הקודש קרעטשניף בצל הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי''ע און ביי בניו האדמורי"ם מקרעטשניף ירושלים און קרעטשניף סיגעט און אזוי אויך ביי כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקווה.


דער נפטר האט גענאסן א קרבה יתירה ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק זצ"ל וועם ער איז צוגעשטאנען צו די האנט לאנגע יאהרן אין געשטאנען לימינו און איהם משמש געווען במסירות נפלאה, וואוינענדיג אין בית שמש האט ער זיך מסתופף געווען בצל בנו כ"ק אדמו"ר מספינקא סאסרעגין שליט"א.


ר' שלום יוסף איז געווען א משמח אלוקים ואנשים, און האט מרביץ תורה געווען לעדרים דינענדיג לאנגע יאהרן אלס מלמד און די בארימטע תשב"ר תלמוד תורה אין בני ברק, אין די לעצטע יאהר צייט האט ער ליידער געליטן פון די ביטערע מחלה ל"ע, און זייענדיג אין אמעריקא לצרכי רפואה האט ער ליידער צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה ליוצרה בטרם עת איבערלאזנדיג נאך זיך קליינע יתומים.


נעכטן ליל ל"ג בעומר איז די לויה ארויס פון זיין שטוב אין בית שמש ווי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברי הספד. שפעטער אויפדערנאכט איז די לוי' ארויס פארנט פון בית מדרש הגדול קרעטשניף ירושלים ווי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א האט מספיד געווען, דערנאך האט מען באגלייט די מיטה צום הר הזיתים ווי ער איז געקומען לקבורה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


בילד: ר' שלום יוסף ז''ל ביים משמח זיין פורים ביי האד' מספינקא בני ברק זצ''ל איינע פון די יהרן


bottom of page