top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבל גדול • מסע ההלוויה פון כ”ק מרן האד' מליזענסק זצ”ל פארגעקומען אין צפת

מיטוואך פ' במדבר - ג' סיון ה'תשפ"ב

בילדער קרעדיט: דוד כהן


נשבה ארון הקודש שר וגדול נפל בישראל


נעכטן דינסטאג פרשת במדבר (נשא אין אר"י) איז פון ארצנו הקדושה אנגעקומען די שמועה המחרידה איבער די פלוצימדיגע הסתלקות פון פון האי ניהו הגה"ק חסידא ופרישא עמוד התורה והעבודה עומד לנס עמו ומעמיד תלמידים לאלפיםכ"ק מרן אדמו"ר רבי יוסף מאיר בהרה"ח הישיש רבי שם טוב מאיער זצוק"ל מייסד ונשיא פונעם בארומטן ישיבת נועם אלימלך ליזענסק אין קרית ליזענסק אין שטאט מאנסי, וועלכער האט צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה צום הייליגן באשעפער זייענדיג אין עלטער פון 75 יאר נאכ'ן זיך מוטשען ל"ע מיט זיין געזונט אין די לעצטע תקופה, לדאבון לב משפחתו החשובה און אלפי תלמידיו הנאמנים המבכים עליו מרה.


די לעבנסטעג פונעם רבי'ן זצוק"ל זענען געווען איין קייט פון מסירת נפש פאר תורה ועבודת השי"ת, ובעיקר די הרבצת התורה וחסידות וואס איז געווען משאת נפשו כל ימי חייו און פון דעם האט ער געשעפט דעם חיות און סיפוק דורכצומאכן די פארשידענע שטורמישע תקופות אין זיין לעבן.


ע"פ צוואתו פון כ"ק מרן אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל אז מען זאל מאכן די מסע הלווי' וואס שנעלער, האט מען לויט די הוראות הקודש פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אפגעפירט די מיטה פון די שיבא שפיטאל אין תל אביב קיין צפת כדי אנצויאגן די קבירה נאך פאר די זמן רבינו תם, ביים שפיטאל האט אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א א ידיד נפש פון רבי'ן צענדליגע יארן, די רבי האט געזאגט א קדיש, אויפן בית החיים אין צפת האט אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס האט אנגעהאלטן א שטארקע קשר מיטן רבי'ן דורך אויס די יארן, דער תולדות אהרן רבי האט זיך משתתוף געווען ביי די לווי' ביז נאך די קבירה.


עס האבן מספד געווען כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א, דער מחותן כ"ק הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א, אין איינע פון די אייניקלעך פון הרבני הנגיד ר' שמעון ווערנער פון טראנטא בשם משפחת ווערנער, דערנאך האט מספד געווען אויפן טעלעפאן די שוואגער כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וואס האט שטארק באוויינט די גרויסע אבידה, אויך האבן מספד געווען חתנו כבנו וממלא מקומו בקודש הרה"צ רבי שמעון שטערן שליט"א - אדמו"ר מליזענסק, אין נכדו הגה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א ראש ישיבת ליזענסק.


די רבי איז געקומען לקבירה אויף די חלקה וואס ער האט נאך אפגעקויפט בחייו, הארט נעבן דעם ציון הק' פון התנא אלקי רבי פנחס בן יאיר אויפן אלטן בית החיים אין צפת.


אין די זעלבע צייט האבן זיך צוזאמען גענומען אלע תלמידים פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק ווי מען האט מיטגעהאלטן דורך א לייוו-הקאפ פון די לווי', אין די מנהל פון די ישיבה הרה"ג שלום גאלדמאן האט אויפגעטרעטן מיט קארצע דברי פרדה אין נאמען פון די תלמידי הישיבה.



















Opmerkingen


bottom of page