זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג
קול בחצרות - נעכטן מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום צענטראלע סעודת הילולא רבתי לרגל די יארצייט פון אחיו הגדול כ''ק האד' רבי נפתלי צבי מבאבוב זצ''ל בהשתתפות אלפי חסידים, אנהייב פונעם טיש האט די רב אויפגעטרויטען מיט דברות קודש און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די גזירת החינוך איון ניו יארק וואס ווערט אין די טעג באהאנדעלט אין געריכט און דארף גרויס רחמי שמים, די רב האט זיך צושריגען עת צרה היא ליעקב און געזאגט אז ס'נישט קיין גזירת החינוך נאר גזירת גירוש ווייל אן חינוך קען מען נישט בלייבן וואינען דא אין ניו יארק, און געבען פונעם ציבור אז מזאל אויסניצן די צייט בימי הפורים ובפרט תענית אסתר מעורר צו זיין רחמי שמים מרובים און מתפלל זיין להעביר את רוע הגזירה. שפעטער האט די רב אויפגעטרויטען מיט די דברות קודש כהכנה לימי הפורים, צום סוף פונעם תורה האט די רב שלא כהרגלו גאר שארף ארויסגעטרויטען קעגן די וואס ברענגן אריין נייע מנהגים אשר לא שערום אבותינו אפילו עס האט מקורות דארף מען זיך אבער האלטען צו די מסורה יעדער מיט די מסורה פון זיינע אבות און זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא דערפון אין דאס איז די קיום פון כלל ישראל אין גלות.
היינט זינטיג האט די רב געדאווענט פארן עמוד די תפילות לרגל די יארצייט, אין די פארמיטאג שעות איז די רב ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו צום ציון הק' אין ניו דזשערסי, די רב האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און תמניא אפי, דערנאך האט הגה"ח ר' יודל לעזער פארגעלערנט משניות און די רב האט געזאגט קדיש, אויפן וועג ארויס האט די רב געצינדען א ליכט ביים ציון פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב. איידערן פארלאזן די בית החיים איז די רב צוגעגאנגען צום קבר פון די באבע ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב וואס די יארצייט געפאלט דער וואך און געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים.
Comments