זונטאג פ' משפטים - כ"א שבט תשפ"ג
קול בחצרות - פארגאנגענעם ליל שישי בעת די זמני כניסה האט כ"ק אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א אויפגענומען דעם אמעריקאנער וויצע פרעזידענט פונעם "קאנפערענס אוו פרעזידענט'ס" מאלקאלם האנליין, ווי אויך א גרויסער היי טעק אינוועסטירער אין ארץ ישראל, וועלכע ארבעטן צוזאמען מיט בעלזער עסקנים ארויסצוהעלפן אינגעלייט וועלכע ווילן זיך לערנען א פראפעסיאנאלע פאך צו קענען בעז"ה פארדינען שיין פרנסה, אבער קענען נישט אין די זעלבע צייט נאכקומען דעם באלדיגן עול הפרנסה אויף זייערע פלייצעס.
לויט דעם פלאן וועלכע זיי האבן פערגעשטעלט פארן רב וועלן זיי פארטיילן געלט שטיצע אין ספעציעלע סטיפענדס פאר יונגעלייט צו האבן פון וואו צו לעבן אין די תקופה וואס זיי לערנען זיך אויס די אומנות, דער רב האט זיי אנגעווינטשן מברכת קדשו אויף הצלחה אין אלע ענינים.
Comments