top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבער טויזנט וואלונטירן פון "מטה הסברה" שע"י "מרכז הצלה" לעבן מיט שעות של קורת רוח ביי מעמד "הנני"

דינסטאג פ' אמור - י"א אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א הייליגער גייסט פון "ויאמר הנני" און גרייטקייט צו ראטעווען נשמות ישראל, האט געשוועבט דורכאויס דעם מעמד הנני, בעת איבער טויזנט וואלונטירן פון מטה הסברה שע"י מרכז הצלה האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד צוזאמען מיט כ"ק מרנן גדולי ומאורי ישראל שליט"א מנהיגי היהדות החרדית בארה"ק זיך צו שטארקן אין דער מלאכת שמים פון הצלת נשמות ישראל מגזירת שמד הגיוס.


דער "מטה הסברה" שע"י מרכז הצלה וועלכע פונקציאנירט פארנט פון די לשכות הגיוס פון דעם ציוניסטישן מיליטער אין ירושלים און אין תל השומר איז ברייט בארימט איבער דער גארער וועלט, מיט די מאסיווע הצלת נשמות ישראל וואס דאס טוט שוין באלד זיבן יאר נאכאנאנד, ווען יעדן טאג וואס דער לשכת הגיוס איז אפן, קומען דארט די געטרייע וואלונטירן שענקען הדרכה פאר די בחורים וואס שטעלן זיך דארט, כדי זיי זאלן נישט פארפלאנטערט ווערן מיטן מיליטער.


דורכאויס די יארן, זינט דאס גרינדונג פון דער מטה הסברה איז שוין פארגעקומען עטליכע כינוסים צו מחזק זיין די חשוב'ע וואלונטירן, אצינד, שטייענדיג אין א צייט אפשניט פון עטליכע יארן, האבן די ראשי העסקנים פון דער מטה הסברה, געזען דער וויכטיגער נויט פון ווידעראמאל צונויפנעמען די מתנדבים און זיי אנווארעמען איבער דאס וויכטיגקייט פון שטיין טאג טעגליך ביים מטה הסברה.


די מעמד איז פארגעקומען אין די גיגאנטישע "אמלארד" זאלן אין דערפל נחום נעבן בית שמש, ווי פאר לאנגע שעה'ן האבן די מתנדבים הנאה געהאט מיט א קורת רוח, הערנדיג פיל חיזוק און דעטאלן ארום זייער עבודת הקודש, והעולה על כולנה האבן די מתנדבים בעם געשעפט חיזוק פון דער אויבנאן וואס איז באשיינט געווארן דורך כ"ק מרנן גדולי ומאורי ישראל שליט"א מנהיגי היהדות החרדית בארה"ק, וועלכע האבן גענומען דער טירחא און געקומען באשיינען דער מעמד צו געבן חיזוק פאר די מתנדבים און זייערע פעולות.


ספעציעל האבן זיך אנגעזהן הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, האדמורי"ם מבוהוש - משכנות הרועים - קהל חסידי ירושלים, הגאון האדיר רבי יושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים בארה"ק, מרנן ורבנן חברי הבד"ץ שליט"א הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א מרא דאתרא קרית הרמ"א בי"ש הגאון הגדול רבי שלמה יודא הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים.

אזוי אויך הגאון הגדול רבי משה זאב זארגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים והעדה החרדית

הרב הגאון רבי שלמה מינצבערג שליט"א מנהיג קהל תפארת ירושלים

הרב הגאון רבי מאיר העלער שליט"א מרא דאתרא קרית חסידים בי"ש

הגה"צ רבי שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה

הרב הגאון רבי שאול סרוטה שליט"א ראש החבורות דקהל ברסלב קרן אור

הרה"ג רבי יחזקאל כהן שליט"א מרא דאתרא שכונת קנה בשם בי"ש

הרה"ג רבי נתנאל בראנדסדאפער שליט"א דומ"ץ קהל תולדות אברהם יצחק והעדה החרדית

הרה"ג רבי נתן יהודה לייב סאבאוויטש שליט"א מו"ץ העדה החרדית בית שמש

הרה"ג רבי צבי אריה זארגער שליט"א דומ"ץ קהל יטב לב ד'סאטמאר ירושלים והעדה החרדית

הרה"ג רבי עמרם דייטש שליט"א דומ"ץ קהל תפארת ירושלים והעדה החרדית

הרה"ג ר' עמרם טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד אהל יעקב

הרה"ג ר' יעקב כהנא שליט"א מו"ץ בני ברק און נאך


צוערשט האט דער טשערמאן הרה"ג ר' פנחס לייפער שליט"א פותח געווען בכבוד אכסניא פון די חשובע יונגעלייט בני תורה און ארבייטער, וועלכע גיבן אוועק פון זייער צייט צו שטיין ביים מטה הסברה און ראטעווען נשמות ישראל, הרה"ג ר' אליהו בוימרינד שליט"א מראשי מרכז הצלה האט אין זיינע ווערטער געשילדערט א מעשה פון די לעצטע טעג וויאזוי א 'שוואכער בחור' וואס מרכז הצלה האט געראטעוועט, האט זיך גענצליך צוריקגעקערט למוטב זאגנדיג אז ער האט געזען אז ס'איז דא מענטשן וועלכע האלטן אז ער איז עפעס ווערד, דורכדעם וואס זיי געהארבעט און געלייגט געלט אים צו ראטעווען פון מיליטער.


מיט הדרת הכבוד האט דער ציבור צוגעהערט דער ברכת הקודש פון כ"ק הגה"צ המקובל רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס האט זיך מטריח געווען און געקומען פארן צום מעמד, און דארט אויסגערופן פאר די מתנדבים "אשריכם מה טוב חלקיכם אז איר זענט עוסק מיט הצלת נשמות ישראל" און זיי דערביי אנגעוואונטשן מיט ווארימע ברכות און אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו והיה ה' למלך על כל הארץ.


הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א מרא דאתרא קרית הרמ"א וחבר הבד"ץ העדה החרדית האט געלאזט הערן דברות קודש איבער דער זכיה צו זיין פון די מתי מעט וועלכע ראטעווען כלל ישראל, און ער האט דערביי שארף פארדאמט די רעליגיעזע חברי כנסת המינים וועלכע ארבעטן אין כנסת המינים אויף א פרישע גיוס געזעץ, און געזאגט אז שולדיג זענען די אלע וועלכע גייען צו די בחירות און גיבן זיי כח צו גוזר זיין גזירות שמד אויף כלל ישראל.


הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהלות הפרושים בארה"ק האט אין פייערדיגע ווערטער געלאזט הערן אז היינט זעט מען בחוש ווי עס ווערט פארווירקליכט דער מאמר חז"ל "אם אתם מובדלים מהם הרי אתם שלי ואם לאו הרי אתם של נבוכדנצר וחביריו", זאגנדיג אז מען זעט אז אין דער צייט וואס די אלע מתחברים לרשעים גייען מטה מטה און זענען מעמיד דער שלטון הכופר וואס איז חורש מזימות קעגן כלל ישראל, זענען די ערליכע אידן המתבדלים די מצילי הדור און מזכי הרבים.


מיט גרויס אינטערעסע האט דער ציבור צוגעהערט די טרעפליכע דיבורים פון הרה"ג ר' עמרם דייטש שליט"א מו"ץ העדה החרדית וועלכער איז אליינס א וואלונטיר ביים מטה הסברה, וואס האט ארויסגעברענגט זיינע אייגענע עקספיריינס, און ארומגעשמועסט איבער דאס וויכטיגקייט פון שטיין ביים מטה הסברה און צוגיין צו די בחורים אנטראגן הילף אן קיין בושה.


הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית האט מיט התרגשות אויסגערופן אז דאס איז א כנסיה שהיא לשם שמים וואס סופה להתקיים צו ראטעווען נשמות ישראל, און געזאגט אז די אלע וואס זענען עוסק אין די פעולות הצלה וועלן אי"ה זוכה זיין צו תורה און יראת שמים.


הרה"ג ר' עמרם טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד אהל יעקב ומראשי מרכז הצלה האט פארגעליינט א מכתב קודש פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל יצחק קאלמענאוויטש שליט"א וואס ער האט ספעציעל געלאזט שרייבן צום מעמד, מחזק צו זיין די יונגעלייט וועלכע ראטעווען נשמות ישראל פארנט פון לשכת הגיוס.


אויך האבן אויפגעטראטן הרה"ג ר' יוסף שארשעווסקי, הרה"ח ר' שמואל אהרן ווייס, און הרה"ג ר' שמואל נח וויינבערג מראשי הלוחמים קעגן דער גזירת הגיוס, און מוה"ר מאיר שאטלאנד הי"ו מחשובי הפעילים אין אפיס פון מרכז הצלה, און הגאון הגדול רבי אהרן סאמעט שליט"א דומ"ץ ק"ק תולדות אברהם יצחק האט אויפגעטראטן בשליחות קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס האט צוליב א חולשה נישט געקענט קומען צום מעמד.


הרה"ג המשפיע רבי שאול סירוטה שליט"א ראש החבורות דקהל ברסלב קרן אור, האט מיט פייערדיגע ווערטער ארויסגעברענגט דער מלחמה פון דער צד הקדושה – די מטה הסברה קעגן די סטרא אחרא – דאס מיליטער, און געזאגט אז עס איז א מלחמה וואס זיי ווילן אוועקשלעפן כלל ישראל פון זיין דער דער עם סגולה.


דאן האט דער טשערמאן איבערגעגעבען פארן ציבור הנאספים ברכתו פון הגאון הגדול רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד בד"ץ מסורת ומראשי ציבור בני תורה וועלכער האט צוליב א שמחה אין משפחה נישט געקענט קומען צום מעמד, אויך האט ער איבערגעגעבן א הארציגן ישר כח פאר מטה המאבק וועלכע האבן צוגעשטעלט דעם מעמד, און אנגעוואונטשן אירע עסקנים בכל הברכות.


מיט גרויס אינטערעסע האט דער ציבור צוגעהערט צום דרשה פון הגאון האדיר רבי דוד מיכאל שמידל שליט"א יו"ר אגודת אתרא קדישא וראש ישיבת טבריה קוממיות וואס האט צוליב א חולשה נישט געקענט קומען צום מעמד און אויפגעטראטן דורכן טעלעפאן, ווי ער האט ארומגעשמועסט אז מען מוז טון אלעס צו ראטעווען וואס מער נשמות ישראל, וויבאלד יעדער איד, אפגעזען וואס זיין מצב, איז א קינד פון באשעפער און דאס גיין אין מיליטער איז ביהרג ואל יעבור, אויך האט ער געלאזט הערן אז די וועלכע שטייען ביים מטה הסברה האבן א ספעציעלע שמירה מעולה פון הימל אויף זייער שמירת עיניים און נאך.


צום שלוס פון דער מעמד האט כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א געלאזט הערן ברכת קדשו פאר די פילע מתנדבים וועלכע זאגן "הנני" און זענען זיך מתנדב צו שטיין אויפן פראנט קעגן די וועלכע ווילן אראפרייסן אמונה פון אידישע קינדער און אנגעוואונטשן די מתנדבים מיט ווארימע ברכות און דערביי אויסגעפירט אז אליבא דאמת וואלט ער געדארפט בעטן א ברכה פון די מתנדבים.


נאכן כינוס האט דער ריזיגער ציבור פון איבער טויזנט מתנדבים זיך צעשפרייט אין די שפעטע נאכט שעה'ן, אנגעפילט מיט חיזוק און עידוד ממשיך צו זיין מיט די מלאכת עבודת הקודש פון הצלת נשמות ישראל.













































































Comments


bottom of page