top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט וויז'ניץ באזוכט בקרב חסידיו אינעם נייעם יישוב אין רמה ד' בית שמש

זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מיט רגשי שמחה ובהדרת כבוד האבן חסידי סערט וויז'ניץ תושבי בית שמש מקבל געווען את פני הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א וואס האט אפגעראכטן א ביקור הוד בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי העיר.


אין די לעצטע צוויי יאהר האבן זיך צענדליגער אינגעלייט חסידי סערט ויזניץ באזעצט אין די נייע חרדישער יישוב אין רמה ד' אין שטאט בית שמש, און אין די לעצטערע חדשים איז שטארק נתרחב געווארן די גבולי הקדושה מיטן עפענונג פון א נייע בית מדרש, א תלמוד תורה, און א בית חינוך לבנות.


א צינד האט מען געהאט די זכיה אז הנה מלכך בא אין דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויף א באזוך אינערהאלב די קהילה אין זיך צוזעהן פון די נאנט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס באגלייט די קהילה אין בית שמש וואס בליהט און וואקסט לשם ולתפארת.


פארלפאענעם דינסטיג לעת ערב איז די רבי שליט''א ערשינען בשערי העיר, ווי די רבי שליט"א האט זיך באטייליגט ביי די מעמד קבלת פנים און חופה פון א אייניקל פון זיין פעטער הרה"ג ר' אליעזר שידרוביצקי פון ניו יארק, נאכן לופה איז די רבי אנגעקומען לבית מדרשו אין די רמה ד' געגענט, אין צו ערשט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם בית מדרש מיט גרויס התרגשות, בשעת ווען שפתותיו מרחשין א תפילה אז דער ביהמ''ד זאל אויסוואקסן א מעוז מאור ומגדול לה' ולתורתו, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם, אין נאך מעריב האט זיך די רבי ארומגעדרייט אינעם היכל הבית מדרש און און זיך אומגעקוקט מבית ומבחוץ, אין באגלייטונג פון די עסקני הקהילה, אין זיך אינטרעסירט אויף יעדע פרט און פרט, און אויסגעדריקט גרויס קורת רוח, און שטארק משבח געווען די חשובע אינגעלייט אברכי הקהילה וואס יצא שמעם הטוב לשם ולתהלה און שם שמים מתאהב על ידם.


דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויפן שטח ווי עס ווערן אין די טעג אויפגעבויט די צוויי פּראַכטפולע בנינים פאר די מוסדות התורה והחינוך פון די קהילה אין צענטער פונעם היימישן געגענט, ווי די מנהלי המוסדות האבן איבערגעגעבן א דעטעלריטע באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער און פארשריט אינערהלב די קהילה און מוסדות.











bottom of page