top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עטליכע נייעס אין באריכטן מהנעשה והנשמע בחצר הקודש ליזענסק

דאנערשטאג פרשת משפטים ה'תשפ"ג


קול בחצרות - פארלאפענעם פרייטאג אין די פארטאג'ס שעות איז כ"ק האד' מליזענסק שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל, ווי די רבי איז ארויף צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה צום אוהל פון אדמור"י בית סאטמאר אין מתפלל געווען פאר א לענגערע צייט אין דערנאך געלייט קוויטלעך שטייענדיג אין בימי השובובי"ם, באשמורת הבוקר איז די רבי צוריק געפארן קיין מאנסי אין געדאווענעט שחרית שחרית צוזאמען מיט די תלמידים אין ישיבת ליזענסק אין מאנסי.


דערנאך האט די רבי משמיע געווען א שיחות חוזיק פאר די בחורים, שפעטער נאכמיטאג האט די רבי באשיינט די מעמד 'לשמור ולעשות' לחיזוק לימוד ספה"ק ויואל משה אינערהאלב ק"ק ליזענסק עס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט א מסובת לחיים פאר א חבורה מסיימים פונעם ספה"ק, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אין ארום גערעדט איבער די יסודות פון התבדלות אין איבער די השקפה טהורה במשנתו פון רבו הרה"ק מסאטמאר זיע"א.


אויף שבת האט די רבי געוויילט אין שיכון סקווירא במחוצתו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כמנהג פונעם שווער כ"ק אדמו"ר בעל נועם יוסף מליזענסק זצ"ל הכ"מ וואס פלעגט צוויי מאל א יאר פארן וויילן אויף שבת קיין שיכון סקווירא, ביים טיש פרייטאג מונאכט'ס איז די רבי מכבד געווארן מיטן בענטשן, אין שבת צופרי עולה געווען חמישי.


מוצש"ק איז די רבי אריין אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין זיך באדאנק פארן גאנצן שבת, אין איז דערנאך פארבליבן פריוואט בקודש פנימה, נאכן באזוך האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויס באגלייט דעם רבי'ן ביז צו די גאס.

Commentaires


bottom of page