top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פראוועזארישע מקוה ביי חתונה פון ערשטע איינקיל ביי המשפיע הרה''צ רבי צבי מאיר זילברברג

זונטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג




קול בחצרות - אין אן אינטערסאנטע ערשיינונג, האבן די באטייליגטע ביי די חתונה פאריגע וואך פון אן אייניקל ביי הגה''צ רבי צבי מאיר זילברברג שליט''א אין בני ברק באמערקט א ספעציעלע קליינע מקוה וואס איז געברעגנט געווארן צו די חתונה קיין בני ברק.


ווי ברייט באריכטעט איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם מיטוואך נאכט די שמחת החתונה פונעם עלטסטן אייניקל ביי הרה''צ רבי צבי מאיר , בן לחתנו הרב אליעזר געלדצעהלער, די חתונה איז פארגעקומען אין די כתר הרימון זאל אין האט זיך פארצויגן איבער 'צוועלף שעה' - מ'האט פארענדיגט די חתונה אום זיבן דרייסיג צופרי.


אויפן פארלאנג פונעם משפיע איז צוגעשטעלט געווארן א קליינע פראפעזארישע מקוה, אויסגעארבעט להלכה בתכלית הכשרות מיט אלע חומרות אין הידורים ווי חיבור לקרקע אין נאך און איז אהערגעשטעלט געווארן דורך ארבעטער וועלכע פארמאגן נישט קיין סמארטפאונס. דער מקוה איז פלאצירט געווארן אין א קאראוואן אויפן גאס פונעם זאל, אין וועלכע דער משפיע האט זיך מקדש ומטהר געוועהן במשך די חתונה אין זיך געטובלט פארן קבלת פנים, פארן סעודת החתונה און איידער די געהויבענער מצוה טאנץ

0 תגובות

Comments


bottom of page