top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היכל 'עטרת ישראל' • נייע היכל הטישן באנייט בחצה''ק סאדיגורה לשמו ולזכרו פון האד' מסאדיגורה זצוק"ל

דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג

קרעדיט: שוקי לרר


חסידי סאדיגורה האָבן מיט גרויס התעוררות אָפגעצייכענט דעם פאַרלאָפענעם דאנערשטיג די הילולא קדישא פון הרה''ק בעל 'כנסת מרדכי' מסאדיגורה זי''ע, בצלא קדישא פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א.


מיטוואך נאכט בליל ההילולא איז פארגעקומען אינעם ביהמ''ד הגדול אין בני ברק די בחינות בכתב דורך חבורת 'קנין תורה' אין 'קנין הוראה' ווי פילע אינעגלייט אין בחורים פון גאנץ ארץ ישראל האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים וואס מען האט געלערנט אין איבערגעחזרט ברוב עמל ויגיעה די לעצטע זמן אין די ראמען פון וועד 'אהבת תורה' סאדיגורה, ווען אינמיטן דעם סדר הלימוד איז כ''ק האד' מסאדיגורה שליט''א אריינגעקומען והופיע בהדרו אין ביהמ"ד הגדול און זיך צוגעקוקט מיט א קענטיגער נחת דקדושה. די רבי האט זיך ארומגעדרייט אין ביהמ''ד אין מעיין געוועהן אין עטליכע פון די בחינות בכתב, אין דערנאך מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די ראשי הוועד.


צומארגנס דאנערשטיג נאכמיטאג איז די רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים בראש קהל חסידיו, די רבי האט געצינדן דעם נר תמיד אויפן ציון אין דאן געזאגט די סדר תהילים כנהוג, נאכן עלייה לציון איז די רבי צוגעגענגען צום ציון הק' פון הרה''ק רבי אברהם מתתיהו מטשפנשט זי''ע אויפן ארטיגן בית החיים.


פארנאכטס איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור וסעודת הילולא אינעם נייעם היכל השולחנות וואס מען האט נארוואס באנייט אינעם סאדיגורה הויף פאר די טישן אין מאורעות בחצר הקודש, ויקרא שמו היכל 'עטרת ישראל' לשמו ולזכרו פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה זכר צדיק לברכה.

Comments


bottom of page