מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג
א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף חברי קהילה קדושה תורת חכם אין ירושלים עיה"ק, בראשות כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם, מיטן אנקום פון די ביטערע ידיעה איבער די פטירה פון אחד מבני החבורה, הבחור החשוב שלמה קארליבאך ע"ה מבחירי החסידות, וועלכער איז פלוצלינג נפטר געווארן דעם שבת קודש אין בליענדן עלטער פון זיבן און דרייסיג יאר.
הבחור החשוב שלמה קארליבאך ע"ה איז געווען א בעל יסורים פאר לאנגע יארן, זייענדיג פיזיש באגרעניצט אבער מיט א זעלטענע שמחת החיים, ער איז געווען א זון פון הרב החסיד ר' אברהם ישעי' קארליבאך ע"ה פון די גרויסע מכניסי אורחים און בעלי צדקה אין אתרא קדישא מירון.
דער חשובער נפטר האט ליידער מיטגעמאכט א שווער לעבן, אבער טראץ זיינע יסורים איז ער אלס ארום מיט א שמייכל אויפן פנים, און מקבל געווען די יסורים באהבה. ער האט געלעבט מיט די תורה הקדושה, און מיטגעהאלטן די שיעורי תורה און תפילות קבועות ביי זיין באליבטן רבי'ן כ"ק אדמו"ר הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן מתורת חכם, וועלכער האט אים ארויסגעוויזן א שטארקע ליבשאפט און הערצה.
דעם שבת אינדערפרי פאר תפילת שחרית איז אנגעקומען די שרעקליכע בשורה אז דער טייערער בחור שלמה קארליבאך איז ליידער נישט אויפגעשטאנען, און געפונט זיך מער נישט בין החיים. טראץ די שאק און שוידער וואס האט באטראפן די גאנצע קהילה אינאיינעם מיטן באליבטן מנהיג, איז מען ווייטער אנגעגאנגען מיט די תפילות און סעודות שבת קודש נישט צו מאכן קיין אבילות בשבת קודש, אבער ווי נאר די טאג איז פארביי געגאנגען, האט דער גאנצער ציבור אויסגעבראכן אין יאמערליכע בכיות, נישט קענענדיג צו זיך קומען פון די שרעקליכע און פלוצלינגדיגע אבידה.
אנדערש ווי געווענליך, איז הגה"צ רבי איטשע מאיר אריינגעקומען צו שלש סעודות אסאך פריער, און אין א היסטארישע שריט האט מען שוין געדאווענט מעריב צען אזייגער. ביי שלש סעודות האט רבי איטשע מאיר אויפגעטרעטן מיט מורא'דיגע ווערטער ארויסברענגענדיג די שרעקליכע אבידה, זאגענדיג אז מ'האט געהאפט צו זוכה זיין צו די גאולה שלימה, ווען אין אזעלכע מענטשן שיקט דער רבונו של עולם אראפ די נשמה פון משיח בן יוסף, אבער ליידער האט מען נישט זוכה געווען.
שפעט ביינאכט איז פארגעקומען די לוויה ביי ביהמ"ד תורת חכם אין ירושלים, וואו הגה"צ רבי איטשע מאיר האט זיך באטייליגט דורכאויס די גאנצע לוויה און אלע הספדים, ביז נאך די קבורה אויפן הר המנוחות.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments