top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מהני חסידי קמאי • חסידי סקווירא באוויינען פטירה פון הרה''ח ר' משה אונגער ז''ל סופר סת''ם

דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג

בילד קרדיט: אברומי ברגר בחדרי חרדים


מיט צער און טרויער האבן סקווירא חסידים דעם מוצאי שבת באגלייט למנוחת עולמים הרה"ח ר' משה אונגער ע"ה וועלכע איז דעם פרייטיג צונאכטס פלוצלינג נפטר געווארן אין עלטער פון 76 יאר.


ר' משה איז געווען א זון פון הגה"צ ר' זלמן אונגער זצ"ל דומ"ץ שיכון סקווירא און איז כל ימיו געווען אדוק ומקושר צו אדמור"י בית סקווירא. אויפוואסקענדיג אין סקווירא שטעטל, האט ר' משה געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אין זיינע יונגע יאהרן ביי הרה"ק מסקווירא זי"ע און האט אויך גענאשט אסאך מנהגים, עובדות וסיפורים פון די זקני חסידים בימים ההם. נאך די הסתלקות פונעם סקווירא רבי'ן זצ"ל האט זיך ר' משה ז"ל מדבק געווען באילנא דחיי צו בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו''ר מסקווירא שליט"א מיט אן אויסערגעווענליכע התבטלות און הכנעה כעבדא קמא מריה. ר' משה איז געווען א ריכטיגע דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, זייענדיג א מעתיק שמועה און האט איבערגעגעבן פארן יונגן דור דאס וואס ער האט מקבל געווען ביי הרה''ק מסקווירא און ביי די חסידים פונעם פריערדיגן דור.


דורכאויס די יארן האט ר' משה עוסק געווען בעניני סת"ם און האט זוכה געווען צו זיין דער פרעזענליכער סופר פארן רבינ'ס שטוב, אויף וועמען דער סקווירא רבי האט זיך פארלאזט און אויפגעפאדערט די קינדער און אייניקלעך צו שרייבן די תפילין און מזוזות ביי ר' משה אונגער זייענדיג א ירא שמים מרבים.


פארלאפענעם פרייטאג צונאכטס איז ר' משה געקומען דאווענען ווי געווענליך אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא. נאך קבלת שבת איז ער ווי יעדע וואך אריבער זאגן 'גוט שבת' ביי מורו ורבו כ"ק אדמו''ר מסקווירא שליט"א א קורצע צייט דערויף איז ער פלוצלום אוועקגעפאלן און האט אויפן פלאץ אויסגעהויעכט זיין ריינע נשמה ליוצרה.


די לויה איז ארויס מוצאי שבת פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא מיט די באגלייטונג פון טויזענטע חסידי סקווירא ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווי ער איז געקומען לקבורה אויפן ביה"ח אין שיכון סקווירא סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער דער סקווירא דיין זצ"ל וועלכע ליגט באערדיגט הארט נעבן דעם אוהל הק' פון הרה"ק מסקווירא זי"ע.

bottom of page