top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנות צום ביקור המרומם פון האד' מבאבוב אין פולן שוואונג

די הכנות אינעם עיר הבירה לאנדאן צום געהויבענעם ביקור פון כ''ק האד' מבאבוב שליט''א די קומענדיגער וואך זעהט זיך אן מיט אלע קולירן ווען היינט דינסטיג האט מען אנגעהויבן ארויפציען דעם גיגאנטישער שאטער געביידע אין די חצר פון די יסודי התורה זאלן וואס ווערט פאסיג אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם פלייץ פון טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער די גאנצע שטאט אין די פילע געסט וועלכע קומען צו פארן פון איבער די וועלט מיטצהאלטן דעם ערשטמאליגן היסטארישן שבת, אזוי אויך ווערט אויפגעשטעלט נאך א שאטער אויפן שטח פונעם זאל ווי מען וועט דאווענען די תפילות דורכאויס שבת , אינעם זאל זעלבסט וועט זיין צוגעשטעלט די סעודת שבת פאר די הונדערטער געסט, דער זאל ווערט ווערן אהערגעשטעלט מיט אלע נויטיגע געברויכן פארן הרחבת הדעת פון די הונדערטער אורחים.


















bottom of page