האד' מוויזניץ לאנדאן פראוועט א שבת מיט די כולל אינגעלייט אין שטעטל קאקסיד אין בעלגיע
- בחצרות הקודש

- 28 בינו׳ 2023
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 16 בפבר׳ 2023
מוצש"ק פ' בא ו' שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות - כ''ק האדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א איז דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג אנגעקומען בשערי העיר אנטווערפען, נאכמיטאג האט זיך די רבי שליט''א באטייליגט ביי די מעמד קבלת פנים חופה בבית מקורבו הנגיד ר' אביגדור משה ראפאפארט אין די בית רחל זאלן, שפעטער נאכמיטאג האט די רבי באזוכט אין ישיבת עץ חיים ווילרייק ווי דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש אין דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, באנאכט נאך מעריב האט די רבי אויפגענימען דעם ציבור בבית האכסניא אין שטוב פון הרב אברהם גאטעספעלד, דערנאך האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביים מיסבה לטובת די פליטי אוקריינא וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון זכרון משה, אין פון דארט זיך צוריק געקערט צו די חתונה בבית הנגיד ר' אביגדור משה ראאפאפרט ווי דער רבי איז געטאנצן מצוה טאנץ, שבת האט די רבי געפראוועט אין שטעטל קוקסיד אין בעלגיע אינאיינעם מיט די אברכי הכולל אין מאנטיג וועט די רבי באשיינען די חתונה ביים משמש בקודש הרב יואל גאלדמאן אין אנטווערפען.







תגובות