top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד נורא הוד אין שפיץ פון האד' מוויז'ניץ אין ליזענסק

זונטאג פ' תצוה - ה' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - א מעמד נורא הוד האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם ליל שישי ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ארויף פוקד זיין דעם ציון המצוינת קודש הקדשים פונעם רבן של ישראל די הייליגע רבי רבי אלימלך זי"ע אין ליזענסק, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים נדיבים ותומכים פון אמעריקא קאנאדע און איראפע די בוני הבית פונעם בנין מרכז העולמי ישועות משה, ווען אַ העכערער גייסט האָט געשוועבט אין די אַטמאָספערע במשך דעם גאַנצן מעמד.

אין בערפארברייטונג צום גרויסן מעמד איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן ארט א גרויסע שאטער סמוך צום אוהל הק', און א ספעציעלע ארט פאר די נשים זאלן אויך קענען מיטהאלטן און קענען שופך שיח זיין בהרחבת הדעת. אינעם גרויסן שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסן סטעידזש, ביים אריינגאנג פונעם אוהל הק' מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, ווי די רבי שליט"א איז געשטאנען דורכאויס די מעמד, כדי די ציבור המשתתפים זאל קענען מיטהאלטן די געהויבענע מחזה. אום 6:30 פארנאכטס איז די רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם אכסניא אין ליזענסק, די רבי איז אריינגעקומען אינעם שאטער כולו אומר פּחד ומורא און אנגעצינדן ליכט און מען האט געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט די רבי שליט"א געזאגט אז אזוי ווי אין די הייליגע טעג איידער מלכיות זכרונות שופרות, בעט מען פריער דער תפילה היה עם פיפיות שלוחי עמך, וועט מען יעצט זאגן היה עם פיפיות איידערן זאגן די הייליגע תפילה פונעם ר''ר אלימלך. א חרדת קודש האט ארומגענומען דעם ציבור בשעת ווען מען האט געזינגען 'עיני עמך בם תלויות ועיניהם לך מיחלות', גשים אל מול ארון הקודש באימה, מיט גרויס בכיות, און דאן האט די רבי אנגעהויבן די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן ר"ר אלימלך, און די גאנצע ציבור האט מיטגעזאגט מילה במילה, עס האָט געהערשט אַן גרויס התעוררות, נחלי דמעות זענען פאַרגאָסן געוואָרן און הימל-שפּאַלטענד זענען געווען די יללות פונעם גאַנצן ציבור. דערנאך האט מען געזאגט ספר רביעי שבתהילים, דאָס התעוררות האָט גובר געווען ווען די רבי האט פארגעזאגט שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק אויפן נוסח ימים נוראים, און דערנאך פארגעזאגט די סליחות פון ה' ה' קל רחום וחנון ווען דער רבי שליט"א איז דערביי מאריך מיט בכיות עצומות. נאך תהילים האט די רבי שליט"א געזאגט אז די הייליגע ר"ר מיילך האט מרעיש עולם געווען און האט געקענט ברענגען די גאולה שלימה, און דערביי האט די רבי אנגעהויבן זינגען ניגוני גאולה רחם בחסדיך און יבנה המקדש, און נאך ניגוני התעוררות די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, אין פארגעליינט א שטיקל אין ספר הקדוש נועם אלימלך, און ארומגערעט בגודל קדושתו פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך, די רבי האט מרחיב געווען בגודל מעלת הצדקה, און געזאגט אז עס האבן זיך צוזאמגענומען א ציבור אידן וואס האבן מוזיל געווען מהונם לטובת די מרכז העולמי, זאל די הייליגע רבי רבי מיילעך אויספויעלן פאר זיי אלע ישועות. דאן איז די רבי שליט"א באימה וביראה אריינגעטרויטן אין אוהל הקדוש, ווי די רבי האט זיך פארשפארט זיצנדיג נעבן די ציון הק', און א לענגערע צייט געליינט די הונדערטער קוויטלעך, און זיך משטתח געווען אויף די ציון המצוינת און מתפּלל געווען אַ תפלה חרישית לישועת הכלל והפרט, שפעטער באנאכט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין וועג צום שטאט קראקא ווי דער רבי האט געוויילט אויף שבת אינאיינעם מיט די נגידים בוני הבית

bottom of page