top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי ליזענסק געבן איבער קוויטלעך פאר'ן נייעם רבי'ן‎



כ"ק האדמו"ר מליזענסק שליט"א האט נעכטן נאכט צום ערשטן מאל אויפגענומען די ציבור חסידים מיט קוויטלעך, נאכ'ן ממלא זיין מקומו פונעם שווער כ"ק אדמו"ר בעל נועם יוסף זצ"ל בכתר אדמורו"ת ליזענסק. עס איז געווען א מחזה הוד צוזעענדיג ווי פילע תלמידי וחסידי ליזענסק זקנים עם נערים, האבן זיך געשלענגעלט אין לענגערע רייעס ביים טיר פונעם פראווען צימער זוכה זיין אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך בכל מילי דמיטב. וישם כתר מלכות בראשו.


אינצווישן איז אנגעקומען אויף א באזוך הגה"צ גאב"ד לינז שליט"א פון וויליאמסבורג עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס אין די רבי האט אים ארויס באגלייט ביז צו די גאס.


פון בית כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א איז היינט ארויס געשטעלט געווארן א מודעה אז בעז"ה וועט היינט דער רבי שליט"א ווייטער ממשיך זיין אויפנעמען תלמידים וחסידים אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך בכל מילי דמיטב אינעם פראווען צימער.




Komentáře


bottom of page