top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער ביי שמחת התנאים פון האד' מצאנז זמיגראד

מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג

בילדער: יהודה פרקוביץ


קול בחצרות - חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד האבן זיך דעם זינטיג געוואונטשן מזל טוב ביי די שמחת התנאים לרגל די שמחת קשרי החיתון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א מיט די כלה בת הרה"ג ר' אשר וואלנער פון ירושלים, די שמחה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די צאנז זמיגראדער בית מדרש אין בני ברק, בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג בהשתתפות אדמורי"ם ורבנים און א שיינע ציבור חסידים ואנשי מעשה אין תושבי העיר וועלכע האבן איבערגעפילט דעם בית מדרש עד אפס מקום, עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך לכבוד השמחה הרוממה, און בארימטע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה.


בראש המסובים האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מסטראפקוב - קודינוב - ביטשקוב - בוטושאן - הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב ב"ב, הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג' און נאך.


די בעל שמחה די צאנז זמיגראדער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה און איז ענטפאנגען געווארן לקול תרועת הזמר צו די התרגשות פון די חסידים, דערביי האט מען געהערט הארציגע דיבורים פון הגאון הגדול גאב"ד מערב ב"ב ידיד נאמן צום זמיגראדער הויף וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דעם לאנג ערוואטערטע מאמענט ווען די רבי שליט"א איז זוכה אויפצושטעלן א בית גדול וקדוש, און עליונים ששו ותחתונים עלזו, ווען די אבות הק' פרייען זיך מיט משמי מעל מיט די שמחה הרוממה.


די רבי שליט"א די בעל שמחה האט געטרינקען לחיים און דערביי געוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א אייניקל פון הרה"ק בעל 'אריה שאג' מצאנז זמיגראד זצ"ל משמיע געווען מדברות קדשו לכבוד די שמחה, דאן האט מען געבראכטן טעלער, און די גאנצע ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבין שליט"א, די מחותן און דער גאנצע משפחת המלוכה.


צום שלוס האט מען געהערט א דרשה פון הרה"ג ר' יוסף צבי רעכניצער מחשובי באי בית ה' וממקורבי אדמור"י בית צאנז זמיגראד וועלכע האט אנגעוונטשן דעם רבין בשם כל הקהל הקודש חסידים אוהדים און מתפללי בית המדרש.


די הערליכע שמחת התנאים האָט זיך געשלאָסן מיט אַ פרייליכן ריקוד, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע מיט גרויס התרגשות.








bottom of page