top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מזוועהיל ארה"ב ביים סעודת הילולא בחצר הקודש זוועהיל אין עיה"ק ירושלים

זונטאג פ' תרומה ה'תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האד' מזוועהיל שליט''א פון אמעריקא וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל איז נעכטן מוצאי שבת אנגעקומען קיין ירושלים ווי דער רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים סעודת הילולא דורך כ''ק האד' מזוועהיל שליט''א לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק בעל יוקרא דמלכא מזוועהיל זצ''ל, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אין דער זוועהיל'ער רבי האט מכבד געוועהן דעם רבין שליט''א אויפצוטערטן מיט דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעט איבער די הערליכע לי אים וואוקס פון דער זוועהיל'ער קהילה וועלכע איז במשך די יאהרן פארוואנדעלט געווארן אלס א קהילה נאה וחסידה לשם ולתפארת, בפרט אין די לעצטע יארן אונטער די הנהנגה פון דער רבי זכר צדיק לברכה וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם גרויסן פראכטפולן בנין הביהמ"ד, מוסדות התורה לבנים ולבנות לשם ולתפארת, וואס ווערט אצינד ווייטער געפירט דורך בנו ממלא מקומו דער רבי שליט''א, אין מסיים געוועהן בברכת קדשו פארן רבין שליט''א וכל קהלא קדישא הדין, נאכן סעודת הילולא איז דער רבי ארויף צום ציון הק' במרומי הר הזיתים.



Comentarios


bottom of page